פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 17
- געוועזענער אשכנזי רב הראשי, ר' אברהם שפירא, פארדאמט מזרחי רבנים וואס זענען מתיר און זענען אליין ארויף צום הר הבית אין דרשה אפצופייערען דעם נצחון פונעם מלחמת השחרור, בשעת די רבנים המתירים זיצן נעבן אים. (וויינעט)
- צה"ל נוצט עליט איינהייט סאלדאטן אלס גיני פיגס צו אויסטעסטען אויף זיי נייע אנטראקס וואקצין. (וויינעט)
- שין.בית. דעקט אויף און פארמיידט פלאן צו הינריכטן אהוד אולמערט דורך הומענאטארישער מיטגליד אין ארגענעזאציע דאקטערס אן קיין גרעניצען. (זשעי. פאסט)
- פארנאגראפיע ביזנעס אויפן אינטערנעט איז גרויס: דאמעין נאמען פון סעקס דאט קאם פארקויפט זיך פאר 11 מיליאן דאלער, איר בעל הבית האט דאס געקויפט פאר בלויז עטליכע צענדליגע טויזענט דאלער מיט צעהן יאר צוריק. (נענע)
- פראנקרייך: נייער פרעזידענט ניקאלאס סארקאזי, שטעלט אידישען אמבאסאדאר צו וואשינגטאן אלס זיין סאמע העכסטע געהילף אויף דיפלאמאטיע. (זשעי.טי.עי.)
- מאסן מערדער ארעסטירט אין פתח תקוה. (זשעי. פאסט)
- קאנטיקוט: סאנעטאר דזשאוסעף ליבערמאן באדאנקט זיך פאר די אידישע רעפובליקאנער גרופע וואס האט אים געהאלפן צו ערוויילט ווערן צוריק קיין וואשינגטאן נאכדעם וואס ער האט פארלוירן ביי די דעמאקראטן; ער ווארענט דערביי די דעמאקראטן אז זייער פראבעס צו איבערלאזן איראק אין איצטיגען צושטאנד וועט זיי ביטער טייער קאסטן. (זשעי.טי.עי.)
- ניו יארק טיימס: ארטאדאקסישע אידן קומען זיך באזעצן אין נייעם אידישען ישוב וואטערבארי קאנטיקוט ווייט אוועק פון זייער רוישונגען געבורט היים פלעטבוש ברוקלין, צופרידן זיך אנצוטרעפן מיט א גן עדן און פרידן וואס ווערט פארלאזט דורך די גויאישע איינוואונער, צוליב איר 2 שעהדיגע ווייטקייט פון די צוויי נאנטסטע ביזנעס צענטער שטעט מאנהעטען אין באסטאן. (נ.י. טיימס)
- סאטמאר - ארונים עפענען אויף א יאטקע אויף עוועניו זשעי. אין פלעטבוש. (זשאואיש פרעס)
- טערקיי: הויז פון שבתי צבי אין סכנה פון חרוב ווערן. (פארווארד)
- מאנסי: ראקאלענד קאונטי לעגיסטלאטור באשטעטיגט נייעם געזעץ וואס מאכט אומלעגאל צו רייכערען א ציגערעטל אין קאר ווען א קינד געפינט זיך דארטן. (זשורנאל ניוז)