פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 31
- פרומע אידן איבער דער גארער וועלט צייכענען היינטיגן דאטום, עשרה בטבת אלס טרויער טאג מיט פאסטן, צוליב די איינפאל פון די חומת ירושלים צום פיינט, וואס האט עוועטואל געפירט צום חורבן בית המקדש. (ערוץ 7)
- גרויזאמער ווידעא געכאפט דורך סעלפאון פון די ענדע פון סאדאם כוסעין. (גוגל ווידעא)
- א פונקטליכע דעטאלע שילדערונג פון די דעם גרויזאמער דיקטאטאר, סאדאם כוסעין הענגונג. (ניו יארק טיימס)
- קינד פאלט אריין אין קעלער שפאצירנדיג אין קרוין הייטס גאס. - בילדער. (קרוין הייטס אינפא)
- ר' יונתן ראזענבלום: איבער 800 אידענעס אין ארץ ישראל ווארטן אויף א חברותא צו לערנען תורה מיט זיי אויפן טעלעפאן און האבן דערפאר נישט קיין אנונג איבער אידישקייט. (קראס קארענטס)
- רבנים אין ארץ ישראל ברעכן זיך ענדליך, און די פוסטריט פון אמעריקע איינזעהנדיג אז מ'קען נישט אסרן גענצליך אינטערנעט: בזק גרינדעט כשר אינטערנעט פאר חרדים אויפן מאדעל ווי זשעי נעט וואס בלויז צניעות'דיגע וועב סייטס וועלן דורכלאזן צוטריט. (וויינעט)
- עמאציענאלער טעלעוויזיע פראגראם וויאזוי חסידישער בחור וואס איז געווארן אפגעפארן פארט צוריק קיין בני ברק צו טרעפן זיינע רוצחים וואס האבן אים סעקסאל באלעסטיקט אלס קינד באקומט סטראשעאונג טעלעפאן קאלס פון משמרת הצניעות אינמיטן וועג. און געבט ענדליך אויף אין שיכון סאטמאר אין בני ברק. - ווידעא. (ערוץ 10)
- עקענאמישער אפהאנדעלונג: די שנאר אינדאסטריע פון ארץ ישראל ווערט געשאצט אין די הונדערטער מיליאנען וואס שנארער פארן ארום די גרויסע אידישע וועלט צו זאמלען געלט פאר ארץ ישראל מוסדות און 90% בלייבט ביי זיי פריוואט אין טאש און זענען בפרייט פון שטייער. (ען.עף.סי.)
- וועב 2.0 וואקסט; דיג וועב סייט טרייבט ארויף נייע פאנד פון 8 מיליאן דאלער צו פארעסערן די סייט. (די מארקער)
- לינקע ליבעראלן זענען מוחה קעגן וויסנשאפטלער וואס עקספערימענטירן מיט שאף זיי צו צווינגען צו ווערן אויס האמאסעקסועל און בלויז האבן געשלעכט מיט נקבות. (טיימס אנליין)
- קרית יואל: די רעקארד פארשט ליגענטס אויף די פארלאנגען פון שטאטישע פראגראמען, און טרעפט אז רוב ארבייטארער פון בית השחיטה זענען נישט קיין אידן וואס וואוינען אין וויליזש ווי געשריבן אויף די פאפירן פארן גרענט. (די רעקארד)
- נייער פילם ארויסגעקומען וועגן די טויזנטער היפיס וואס באלאגערן אומאן אין ראש השנה. (ניו יארק טיימס)
- זשערוסאלעם פאסט רעוויאוד נייע בוך פון פראפעסער ר' יעקב ראבקין וואס דאקומענטירט די אפאזיציע פון חרדישע אידן קעגן ציונים און די אקטיווע ראלע פון די נטורי קרתא דאס קלאר שטעלן פאר די וועלט. (זשעי פאוסט)
- מוזיק ווידעא פונעם אינגן אידישען ספרדישען זינגער, גד אלבז, על נהרות בבל (חיים רובין)