ערשטע וועלט-מלחמה

גלאבאלע מלחמה (תרע"ד - תרע"ט)

די ערשטע וועלט־מלחמה, אדער דער ערשטער וועלט קריג, איז געווען א גלאבאלע מלחמה וואס האט אויסגעפלאצט אין אייראפע אין חודש אב ה'תרע"ד ביז ה' כסלו ה'תרע"ט ; 28סטן יולי 1914 - 11טן נאוועמבער 1918. די מלחמה האט זיך אנטוויקלט צו א וועלט קריג וואס האבן זיך מיטגעטייליגט 135 פעלקער פון האלבן גלאבוס פון פינף קאנטינענטן.

ה'תרע"ו

דער קריג האט פארענדערט די גרענעצן אין אייראפע. און האט צוגעבריינגט צו מער ווי 16 מיליאן געהרג'עטע, 40% פון זיי ציווילע בירגער, און 20 מיליאן פארווונדעטע. די ערשטע סיבה פאר'ן קריג איז געווען דער מארד פון ארכהערצאג פראנץ פערדינאנד אין סאראיעווא דורך א סערבישער בירגער.

דער נאמען ערשטער וועלט קריג (ענגליש: The First World War 1914-1918) איז שוין געווארן גערופן נאך פאר דעם צווייטן וועלט קריג.

די מלחמה האט פאסירט אין עטליכע שלאכט-ערטער, די הויפט שלאכטן זיינען געוועזן:

די צוויי קעמפער זייטן:

אויך זענען געווען שלאכטן אין כינע און אין אפריקע. מ'האט זיך געשלאגן אויך אין ים און אין דער לופט.

די ערשטע וועלט מלחמה איז געווען די ערשטע מלחמה וואו מ'האט געניצט גאנץ ברייט טאנקען, עראפלאנען און סובמארינען.

ביים סוף פון דער מלחמה, פיר הויפט אימפערישע מאכטן—די דייטשע, רוסלענדישע, אטאמאנישע און עסטרייך־אונגארישע אימפעריעס—האבן אינגאנצן אויפגעהערט. פון די ערשטע צוויי זענען געבליבן לענדער מיט קלענערע טעריטאריעס, און די אנדערע צוויי האט מען אינגאנצן צעבראכן. עטלעכע אפמאכן האבן געצייכנט די ענדע פון דער מלחמה, דער הויפט פון זיי דער אפמאך פון ווערסיי. די מאפע פון צענטראל־אייראפע האט מען געמאלט מיט עטלעכע נייע מדינות.

מיט דער האפנונג פון פארמיידן נאך אזא קאנפליקט האט מען אויפגעשטעלט די פעלקער ליגע.


 
מאפע פון די משתתפים אין דער ערשטער וועלט מלחמה: אליאירטע מאכטן גרין, צענטראלע מאכטן אראנזש, און נייטראלע לענדער גרא

אינעם 19טן יארהונדערט, האבן די הויפט אייראפעישע מאכטן געהאט געשטרעבט צו האלטן א קראפט גלייכוואג דורכאויס אייראפע, פון וואס איז ארויסגעקומען א קאמפלעקסע נעצווערק פון פאליטישע און מיליטערישע אליאנצן דורכאויס דעם קאנטינענט ביז 1900. די אליאנצן האבן אנגעהויבן אין 1815, מיט דער הייליגער אליאנץ צווישן פרייסן, רוסלאנד און עסטרייך. אין אקטאבער 1873, האט דער דייטשער קאנצלער אטא פאן ביסמארק פארהאנדלט דעם דרייקייסערבונד צווישן די מאנארכן פון עסטרייך־אונגארן, רוסלאנד און דייטשלאנד. דער דאזיקער אפמאך איז אבער אדורכגעפאלן ווייל עסטרייך־אונגארן מיט רוסלאנד האבן נישט געקענט מסכים זיין וועגן די באלקאנען, ביז אין 1879 האבן דייטשלאנד און עסטרייך־אונגארן געשאפן די צווייאיקע אליאנץ. זיי האבן אין דעם געזען א וועג צו ווירקן אקעגן רוסישע איינפלוס אין די באלקאנען ווען די אטאמאנישע אימפעריע האט ממשיך געווען זיך אפשוואכן. אין 1882, האט די אליאנץ זיך פארברייטערט אריינצונעמען איטאליע אין וואס איז געווארן די דרייאיקע אליאנץ.

דער מערבדיקער פראנט

רעדאַקטירן

דער פלאן פון דייטשלאנד זיך קעגנשטעלן קעגן דעם פראנצויזיש-רוסישן בונד האט איינגעשלאסן דערלאנגען א קנאקעדיקן קלאפ אויף פראנקרייך און דערנאך זיך אומקערן זיך קעגנשטעלן קעגן דער פארהעלטענישווייז פאמעלעכער ארמיי פון די רוסן. אנשטאט אטאקירן פראנקרייך דירעקט, האבן זיי געהאלטן בעסער צו אטאקירן פון דער צפון זייט. אבער דאס האט געפאדערט אדורכגיין בעלגיע. דייטשלאנד האט געבעטן א פרייע דורכגאנג דורך בעלגישער טעריטאריע, און האט צוגעזאגט אז מיט דעם וועט בעלגיע געניסן פון א בונד מיט דייטשלאנד. בעלגיע האט אבער אפגעזאגט, און אום 2טן אויגוסט האט דייטשלאנד אנגעהויבן אינוואדירן פראנקרייך דורף בעלגיע און לוקסעמבורג. די דייטשן האבן זיך אנגעשטויסן מיט א שטארקן קעגנשטעל לעבן די פעסטונגען פון דער בעלגישער שטאט ליעזש. אינצווישנצייט האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך געשיקט אן ארמיי אין פראנקרייך וואס האט פראגרעסירט אין בעלגיע אריין.

אבער ס'איז נישט געגאנגען אזוי גראד פאר די דייטשן, צוליב דעם קעגנשטעל פון בעלגיע, צוזאמען מיט בריטישע און פראנצויזישע קראפטן, און די גיכע באוועגונג פון די רוסן, וואס האבן אטאקירט מזרח פרייסן, וואס האט באשעפטיקט דייטשע קראפטן וואס האבן געדארפט קעמפן אויפן מערבדיקן פראנט. נאך א שטיק צייט האט דייטשלאנד געזיגט די רוסן, אין א סעריע פון קאמפן וואס ווערט גערופן דער "טאנענבערג קאמף". אינצווישנצייט האבן די בריטישע און פראנצויזישע קראפטן אפגעהאלטן דעם דייטשן פראגרעס קיין פאריז אין דעם ערשטן קאמף אויפן מארן וואס איז פארגעקומען סעפטעמבער 1941 צפון-מזרח פון פאריז. די צענטראלע מאכטן (די דייטשע און עסטרייך־אונגארישע אימפעריעס) זענען געווען געצוואונגען צו קעמפן אויף צוויי פראנטן.

דעם 20סטן אויגוסט האבן די דייטשע קראפטן איינגענומען בריסל, און אום דעם 9טן אקטאבער האט געענדיקט די באלאגערונג אויף אנטווערפן; די שטאט איז געפאלן אין די הענט פון די דייטשן און כמעט גאנץ בעלגיע איז געווארן איינגענומען.

די ערשטע אינוואזיע אויף באדן פון די פיינד וואס די אליאירטע מאכטן האבן אדורכגעפירט איז נישט געווען אין אייראפע נאר אין אפריקע: קראפטן פון דרום אפריקע האבן אטאקירט און איינגענומען די דייטשע קאלאניע אין דרומדיקער אפריקע (היינט נאמיביע).

דער מזרחדיקער פראנט

רעדאַקטירן

דייטשלאנד האט אטאקירט רוסלאנד טראכטנדיק אז די גרויסע רוסישע מיליטער וועט נישט קענען מאביליזירן ביז זעקס וואכן. למעשה האבן די רוסן זיך מאביליזירט אין צען טעג. די רוסן האבן אטאקירט גאליציע אין דער עסטרייך אונגארישע אימפעריע און מזרח פרייסן אין דייטשלאנד. גאליציע האבן זיי גיך אינוואדירט, אבער אין מזרח זענען זיי געווארן אפגעשטעלט ביים קאמף פון טאנענבערג. אין מיי 1915 האבן די צענטראלע מאכטן אדורכגעבראכן די דרום גרענעצן פון פוילן, און אום 5טן אויגוסט האבן זיי איינגענומען ווארשע, און די רוסן האבן זיך געדארפט צוריקציען פון פוילן. אין זימבערגן האבן דייטשע קראפטן געהאלפן די עסטרייכער קראפטן ביז אום 6טן דעצעמבער איז בוקארעשט געפאלן צו די צענטראלע מאכטן.

איז רוסלאנד האבן די באפעלקערונג דערקעגנט דאס באהאנדלען פון דער מלחמה. נאך דעמאנסטראציעס אין דער הויפטשטאט פעטראגראד האט דער צאר ניקאליי אבדיקירט אין מערץ 1917.

דרומדיקע פראנטן

רעדאַקטירן

מיטל־מזרח פראנט

רעדאַקטירן

דער מיטלענדישער־ים פֿראנט, אויך באוואוסט ווי דער דרומדיקער פֿראנט, איז געווען צווישן די בריטישע און רוסלענדישע אימפעריעס פון די אליאירטע מאכטן און די אטאמאנישע אימפעריע (טערקיי) און א מיליטערישע מיסיע פון דייטשלאנד פון די צענטראלע מאכטן. צוזאמען מיט די אליאירטע מאכטן האבן געארבעט די אראבישע קראפטן אין ראם פונעם אראבישן רעוואלט אין דער קריגפירונג אינעם סיני האלבאינזל און אין ארץ ישראל. נאך דער אקטאבער רעוואלוציע אין רוסלאנד האט אויך די ארמענישע רעפובליק מיטגעטיילט אין דער מלחמה. די קריגפירונג אינעם מיטלענדישער־ים פֿראנט האט אנגעהויבן דעם 2טן אקטאבער 1914, די מלחמה־אקציעס האבן געקאנטשעט דעם 30סטן אקטאבער 1918, און די ארויסקומען פון דער מלחמה זענען געווארן פעסטגעשטעלט ביים סעוורע אפמאך דעם 10טן אויגוסט 1920. די קריגפירונג אויפן דרום פראנט איז געווען אין ברייטערע שטחים ווי אין די אנדערע פראנטן און האבן אריינגענומען די פאלגנדע ראיאנען: סיני האלבאינזל און ארץ ישראל, געגנט פון מעסאפאטאמיע, קאווקאז געגנט און דער געגנט פון גליפולי אינעם דארדאנעלן איינגאס.

די אטאמאנישע אימפעריע וואס האט מיטגעטיילט מיט די צענטראלע מאכטן האט געסטראשעט דעם רוסישן קאווקאז, אויפן בריטישן פארבינדונג מיט אינדיע - דער "בריליאנט אינעם קרוין" - און דעם מזרח דורכן סועץ קאנאל, און אויף די נאפט פעלדער פון מאסול אין היינטיקן איראק.‏[1] די אטאמאנישע אימפעריע האט אויך פארצאמט דעם שווארצן ים צו רוסישן האנדל, אחוץ וואס דייטשלאנד האט פארצאמט דעם באלטישן ים. אזוי אז דער אויסלענדישער רוסישער האנדל איז געליגן אונטער אן עקאנאמישן באלאגערונג וואס האט אים באגרענעצט מיט 95%. די איינציקע פארטן דורך וואס מ'האט געקענט שיקן הילף צו פריינדלעכע לענדער איז געווען דורך די פארטן פון ארכאנגעלסק (א פארט וואס איז פארפרוירן זעקס מאנאטן אין ווינטער) און וולאדיוואסטאק, וואס זענען ווייט 13,000 ק"מ פון די פראנט ליניעס.

די ים־ארענע

רעדאַקטירן

די הויפט ים־פלאטן וואס זענען געווען טעטיק אין דער ים־ארענע זענען געווען פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און פון דייטשלאנד. יעדע איינע פון די גרויסמאכטן האט פרובירט איבערצואוועגן די מלחמה אין אלגעמיין דורך שטעלן א ים־בלאקאדע אויפן צווייטן, וואס די בלאקאדע וועט פארמיידן אריינברענגען פראוויאנט צום באלאגערטן לאנד. אבער ס'איז געווען ווייניקע אנטרעפן צווישן די צוויי פלאטן.

דעם 8טן דעצעמבער 1914 איז אנגעגאנגען דער פאלקלאנד אינזלען קאמף, וואו דער בריטישער פלאט האט פארזונקען די עסקאדרע אדמיראל שפע. דער בריטישער פלאט האט געשטעלט א ים־בלאקאדע אויף די "צענטראלע קראפטן", וואס האט פארזיכערט פירן מיליטער און פראוויאנט צום פאראייניגטן קעניגרייך. א דייטשע פראבע אדורכצוברעכן די בלאקאדע האט געפירט צום גרעסטן אנגרייף אין דער מלחמה צווישן די פלאטן - דער קאמף פון יוטלאנד (1916). אין דעם קאמף האבן די דייטשן געהאט דערפאלג אין פארזינקען 14 ענגלישע שיפן פאר א פארלוסט פון 11 דייטשע שיפן, אבער די ציל - אדורכברעכן די ים־בלאקאדע אויף דייטשלאנד האבן זיי נישט דערגרייכט. עס האבן פאסירן עטלעכע אנגרייפן אינעם אטלאנטישן אקעאן צוויישן שיפן, אבער דאס איז פארגעקומען זעלטן.

יידן אין ארץ ישראל בשעת דעם וועלט קריג

רעדאַקטירן

בשעת דער ערשטער וועלט קריג האבן די יידן אין ארץ ישראל געליטן פון שווערע ארימקייט, ווייל די גרעניצן פון ארץ ישראל זיינען געווען פארשפארט, און דער עיקר האנדל פון די יידן איז געווען עקספארטירן פרוכט צו אייראפע. אויך די פרומע (אנשי יישוב הישן) וואס האבן דאן זיך אויסגעהאלטן פון די "כספי החלוקה וואס האבן באקומען פון פארמעגלעכע יידן פון איבער דער גארער וועלט, האבן אויפגעהערט באקומען זייער פארדינסט.

די פאראייניגטע שטאטן

רעדאַקטירן

ביים אנהייב פון דער מלחמה זענען די פאראייניגטע שטאטן געווען נייטראל, און זיי האכן זיך נישט אריינגעמישט. אבער שפעטער האט דאס זיך געענדערט צוליב צוויי סיבות.

ערשטנס, די דייטשע סובמארינען (אונטער־ום שיפן) האבן אטאקירט פאסאזשירן שיפן אין די אקעאנען. איינע פון זיי איז געווען די לוסיטאניע; פארנדיק קיין בריטאניע זענען געהרגעט געווארן א סך אמעריקאנער און בריטישע ציווילע בירגער.

צווייטנס, האבן די דייטשן געשיקט א געהיימען טעלעגראם (דער צימערמאן טעלעגראם, געשריבן דרוך ארטור צימערמאן) קיין מעקסיקא., מיטן פארשלאג אז די צוויי לענדער זאלן קעמפן צוזאם קעגן די פאראייניגטע שטאטן. דייטשלאנד האט צוגעזאגט מעקסיקא דעם דרום־מערבדיקן טייל פון די פאראייניגטע שטאטן, וואס די אמעריקאנער האבן פריער צוגענומען פון מעקסיקא. שפיאנען פונעם פאראייניגטן קעניגרייך האבן אנטפלעקט דעם קאד פונעם טעלעגראם, און האבן גע'מסר'ט די דייטשן פאר די אמעריקאנער.

צוליב דעם האט אמעריקע באשלאסן צו העלפן די אליאירטע קראפטן. דעם 6טן אפריל 1917 האבן זיי פראקלאמירט מלחמה קעגן דייטשלאנד.

נאך דער מלחמה

רעדאַקטירן

די מלחמה האט אויפגעהערט דעם 11טן נאוועמבער 1918, ווען די צענטראלע מאכטן האבן נאכגעגעבן. אזוי ווי בריטאניע און אמעריקע האבן געזיגט דייטשלאנד, האט דייטשלאנד און עסטרייך געמוזט אונטערשרייבן דעם ווערסיי אפמאך. זיי האבן געדארפט נעמען אחריות פאר דער מלחמה, און מ'האט צעשפאלטן די גרויסער עסטרייך אונגארישע אימפעריע. דייטשלאנד האט געמוזט באצאלן $66.7 מיליאן ווידערגוטמאכונג, וואס זיי האבן געענדיגט צאלן דעם 4טן אקטאבער 2010.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. די נאפט רעזערוון אין איראן און סאודי אראביע האט מען ערשט שפעטער אנטפלעקט.


וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ערשטע וועלט-מלחמה