מוסטער:Portal:Current events/2007 מעי 7
- פראנקרייך: רעכטער קאנסערוועטיווער פרעזידענט קאנדידאט ניקאלאס סארקויזי באזיגט מיט 53 פראצענט דעם לינקען ליבעראלן סאציאלען פרוי קאנדידאט וואס האט באקומען 47 פראצענט שטימען. (זשעי. פאוסט)
- סיי ער און סיי זיין ווייב שטאמען פון אידן. (אי.זשעי. פרעס)
- פאליסטינער עפנען פייער אויף יו.ען. שולע אין אינערליכע כוח געראנגל. (זשעי. פאוסט)
- כשרס קאנפארענץ אין ירושלים פון כשרות ארגאנעזאציעס פון איבער די גארער וועלט באהאנדעלט שרימפ און וואדקע. (וויינעט)
- קרית יואל: פרומע חרדישע ווייבל לויער'קע רופט ארויס גוי'אישע מידיע אטענשאן. (רעקארד אונליין)
- ארץ ישראל: רעגירונג שטעלט צו אייניגע געלט שטיצע אין בוזשעט פאר פרייע מיט פרומע שולעס. (וויינעט)
- 4 איזראעלי דאקטוירים און סייענטיסטן ארויסגעהויבן איבער די וועלט מיט פרעסטיזשפולע אנערקענונג פאר זייערע ערפינדונגן און אויפטוען; 1) א מיקראסוירזשן מיט א טעכניק וויאזוי אראפנעמן טומערס פון ביינער בלויז דארטן ווי ספעלט זיך אויס און נישט מער; 2) אן ערפינדער פון א מאשין'קע וואס ארבייט פונקט ווי א נאז צו דערשמעקן און אזוי ארום דיאגנאזירן קענסער; 3) א פארשערקע וואס האט אויסגעטראפן א מעטאד וויאזוי צו באשאפן מוסקל טישו וואס די קערפער זאל נישט אפווארפן; 4) א פארשער וואס האט אנטוויקלט הארץ צעלן מיט א פעיסמעיקער פון סטעם סעלס. (וויינעט)
- ירושלים'ס חרדישער מעיאר, ר' אורי לופליאנסקי, צוזאמן מיט זיין קאנטערפארט דער אידישער מעיאר פון ניו יארק מייקל בלומבערג מארטשירן בראש פון טויזענטע אידן אויף פיפט עוועניו אין מאנהעטן ארויסציווייזן שטיצע פאר ארץ ישראל, נטורי קרתא מיט לינקע ליבעראלע גרופעס פראטעסטירן. (וויינעט)
- טערקיי: פרומער רעליגיעזער פרעמיער מיניסטער קאנדידאט ציעט זיך צוריק פון אמטירונג נאך שטורעמישע פראטעסטן פון פרייע מאסן אין אפאזיציע צו זיין אפגעטיילט שטאט פון רעליגיע. (ניו יארק טיימס)
- קענסעס: מאסיווער טורנעידא דערהארגעט 9 מענטשן. (עי.בי.סי.)
- אטוירני זשענעראל מני מזוז באפעלט יוסטיץ מיניסטער בטל מאכן די 15 חרדישע דיינים וואס האבן נישט געהאט די ריכטיגע קוואליפאקציעס נאר זענען בלויז פאליטיש פארבינדען מיט ש"ס פארטיי חברי הכנסת. (הארץ)
- 40 איזראעלי קאמפאניס האבן זיך געפענט דאס יאר אלייןס אין וויעטנאם. (ערוץ 7)
- מעקסיקא: 18,000 מענטש טוען זיך אויס נאקעט פאר ריזן מאסן קונסט בילד. (סי.ען.ען.)
- ארץ ישראל מוסדות החינוך מאכן נאך מנהג פון זומער קעמפס פון אמעריקאנע אידענטום. (הארץ)