יקותיאל יהודה האלבערשטאם

(אַריבערגעפֿירט פון יקותיאל יודא האלבערשטאם)
רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם
צאנז-קלויזענבורער רבי
עיקר חיבור שפע חיים, דברי יציב
געבורט ד' שבט ה'תרס"ה
רודניק
פטירה ט' תמוז ה'תשנ"ד
קרית צאנז, נתניה
חסידות צאנז-קלויזענבורג
פירערשאפט תש"ו - תשנ"ד
הויף ארט קרית צאנז, נתניה
נומער אין דינאסטיע 1
נאכפאלגער רבי צבי אלימלך האלבערשטאם
רבי שמואל דוד האלבערשטאם
זיינע רביס רבי צבי הירש האלבערשטאם (זיין פאטער)
פאטער רבי צבי הירש האלבערשטאם
מוטער חיה מינדל שפירא
ווייב1 פעסיא טייטלבוים
קינדער1 עלף קינדער, אומגעקומען אין חורבן אייראפע
ווייב 2 חיה נחמה אונגאר
קינדער 2 רבי צבי אלימלך האלבערשטאם
רבי שמואל דוד האלבערשטאם
לאה גאלדמאן
חיה מינדל ווייס
הינדא מוטצען
יהודית פּריזאַנט
אסתר באשא שפירא

רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם (ד' שבט ה'תרס"ה, רודניק - ט' תמוז ה'תשנ"ד, נתניה) איז געווען רב אין קלויזנבורג, רומעניע, און אין קרית צאנז, נתניה, באקאנט אין זיינע יונגע יארן אלס רבי זלמן לייב, נאך דעם חורבן אייראפע דער קלויזענבורגער רב, און אויך אלס דער שפע חיים.

מיט רבי מרדכי האגער, פון וויזשניץ מאנסי
הרב אברהם אלקנה כהנא שפירא, הויפט רב פון ישראל און ראש ישיבה פון מרכז הרב (רעכטס), מיט האדמו"ר מצאנז
הרב מרדכי אליהו הויפט רב פון ישראל (לינקס), מיטן צאנזער רב

רבי זלמן לייב איז געבוירן אין רודניק, ד' שבט ה'תרס"ה,[1] צו זיין פאטער הרב צבי הירש האלבערשטאם, רב אין רודניק, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, רב אין גארליץ, (אן איידעם פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער סיגעטער רב), א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, רב אין צאנז, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת חיה מינדל א טאכטער פון הרב מאיר משולם שפירא, פון לאנצהוט, א זון פון הרב שמואל שפירא פון פרעמישלא, (אן איידעם פון הרב נפתלי הערץ לאבין פון זידיטשוב, אן איידעם פון הרב צבי הירש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער עטרת צבי), א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין דינאוו, דער בני יששכר.

דער רודניקער עילוי זיין יוגנט

רעדאַקטירן

שוין פון זיין פריסטן יוגנט האט מען דערקענט אויף רבי זלמן לייב אז ער איז א זעלטנהייט. דורך זיין אויסערגעוויינלעכער פלייסיגקייט (התמדה), און זיין וואונדערליכע דאווענן (עבודת התפילה), און איבער אלעם זיין פענאמענאלן מח, איז ער באוואוסט געווארן אלס "דער רודניקער עילוי".

אלט זייענדיק נישט מער ווי אכט יאר האט רבי דוד דובעריש מייזליש, דער אוהעלער רב געהייסן רבי זלמן לייב זאגן א פלפול,[2] און ביי ניין יאר האט רבי שמואל ענגיל, דער ראדאמישלער רב, אים שוין געוואלט מסמיך זיין, נאר ער האט זיך צוריק געהאלטן, נישט מסמיך צו זיין א קינד פאר דער בר מצוה.[3]

אין ענדע פון יאר ה'תרע"ד, ווען די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז רבי זלמן לייב אנטלאפן מיט זיין פאמיליע, פון גאליציע קיין אונגארן, און זיי האבן זיך באזעצט און קליינווארדיין.

ט"ו אב ה'תרע"ח ווען רבי זלמן לייב איז אלט געווען דרייצן יאר, איז ער געווארן א יתום פון זיין טאטן און קליינווארדיין. זיין הספד אויף זיין פאטער האט געדויערט עטליכע שטונדן, אריין ברענגענדיג א געוואלדיגע אויפוועקונג (התעוררת) ביי אלעמען, און איז באוואונדערט געווארן פון יעדעם איינעם, זעהנדיק זיין כח הדרוש.

צו פופצן יאר, ה'תר"פ אומגעפער, איז זיין מוטער מיט אירע קינדער צוריק געקומען קיין רודניק, די רודניקער אידן האבן געזען אין רבי זלמן לייב דעם פאסיגן ממלא מקום אבותיו, און כאטש נאך זייענדיק א בחור האט ער שוין געפראוועט שלש סעודות, זאגנדיג לאנגע דברי תורה, ווי זיין שטייגער איז געווען אין די שפעטערע יארן.

זיינע רבי'ס

רעדאַקטירן

זיינע רבי'ס זענען געווען:

דער קלויזענבורגער רב

רעדאַקטירן

קלויזענבורג איז געווען פון די גרויסע יידישע שטעט, לויט ווי די היסטאריקערס שרייבן איז שוין אין יאר ה'שנ"א דארט געווען יידן. ווינטער אין יאר ה'תרכ"ט ביים צוזאמענקומפט אין בודאפעסט פון דעם היסטארישען קאנגרעס פון דעם אונגארישן יידנטום, און ס'איז ערקלערט געווארן די אפיציעלע טיילונג פון די דריי געמיינדעס, ארטאדאקסן, נעאלאגן און סטאטוס-קווא, האט די געמיינדע פון קלויזענבורג זיך אנגעשלאסן אין דער ארטאדאקסישער געמיינדע. אבער נאך די פטירה פון דעם רב רבי אברהם גלאזנער איז אויפגענומען געווארן זיין זון רבי משה שמואל גלאזנער אלס ממלא מקום, ער איז געווען מיינונגס-געשטימט מיט די מזרחי באוועגונג, וועלכע האט אריינגעברענגט אין די געמיינדע א שטארקע ציוניסטישע איינפלוס. ביז קורץ איז די שטאט קלויזנבורג געווארן די ציוניסטישע פעסטונג פאר טראנסילוואניע.

אין יאר ה'תרע"ט האבן די חסידישע איינוואונער זיך געמאכט אן אייגענעם בית המדרש, און זיך אפגעטיילט פון דער געמיינדע קאמפלעט, זיי האבן געעפנט אן אייגענע שחיטה, מקוה און עירוב. זעלבסט פארשטענדליך האבן די אלטע קהילה לייט דאס נישט געוואלט צולאזען, און געזעצט א דין תורה, אבער דער פסק בית דין איז געווען מיט די חסידים, און קאמפלעט בארעכטיגט דעם טיילונג.

אין יאר ה'תרפ"ו איז רבי זלמן לייב אין עלטער פון איין און צוואנציג יאר אויפגענומען געווארן רב אין דער נייער קהלה, ער האט געפירט די געמיינדע מיט קלוגשאפט און איז געווארן באליבט ביי אלע שיכטן, ביז א קורצער צייט איז ער געווען אנערקענט אלס דער קלויזענבורגער רב.

באפרייאונג-שפע חיים

רעדאַקטירן

ברוך השם, מיר זענען אויסגעלייזט איז געווען די ערשטע ווערטער פון דעם קלויזענבורגער רב.

דאס ווארט "באפרייאונג", ווייל דאס איז דער אנגענומענער טערמין אין צוזאמנהאנג מיט דער אויסלייזונג פון די אויסגעפייניגטע יידן און זייער ארויסגיין פון טויט צו לעבן, אבער ביים קלויזענבורגער רב איז דאס נישט דאס צוגעפאסטע ווארט, ווייל טאקע פון דעם מאמענט וואס דער קלויזענבורגער רב איז אזוי געזאגט "באפרייט" געווארן, טאקע דעמאלט, איז ער גאר געווארן אונגאנצן "משועבד" און זיך אריינגעווארפן אין א הייליגע ארבעט וואס גאנצע ספרים זענען נישט געגוג און פעהיג צו באשרייבן.

די באפרייטע יידן וועמען די אליאירטע ארמייען האבן פריי געמאכט, זענען אלע געווען צעבראכענע מענשן, צעבראכן קערפערליך, און דערשיטערט גייסטליך, די לאנגע מאנאטן אין די קאנצענטראציע-לאגערן, אונטער הונגער און אלערליי פיינונגן, האט איבערגעלאזט א טיפן סטעמפעל וואס איז גארנישט לייכט געווען צו היילן, ווען מען האט זיך אנגעהויבן צו דערוויסן פון די שוידערליכע פאקטן וועגן נאענטע און טייערע, ווי זיי זיינען אומגעקומען, האט יעדער אנגעהויבן צו מאכן דעם "באלאנס" פון זיין פאמיליע, פון זיין שטאט און פון זיינע באקאנטע, און געזען אז ס'איז פיל ביטערער ווי מען האט זיך פארגעשטעלט. און דעמאלט איז מען אריינגעפאלן אין פארצווייפלונג, געווען צווישן זיי פיל וואס האבן באדויערט פארוואס זיי האבן דערלעבט דער באפרייאונג, זיי האבן געהאלטען אז עס וואלט זיי פיל לייכטער געווען אויסצוגיין אין די גאז-קאמערן ווי אויסצוטראגן די שמערצן און די נאך- ווייען פון דעם חורבן אייראפע.

דאס אלעס, צוזאמן מיט די קרענק וואס האט געבושעוועט צווישן די לעבן געבליבענע, האט געמאכט א דערדריקטען אטמאספערע. ס'האט צוגעברענגט אז אפילו די וועלכע האבן זיך דורך דער גאנצער צייט יא געהאלטן שטארק, און אויף ווי ווייט מעגליך אפגעהיטן זייער יידישקייט, זענען נאך דעם באפרייאונג געווארן צוזאמענגעבראכן.

און אזא צייט האט זיך גענויטיגט א מנהיג, א וועג-ווייזער, א מענטש פון העכערן גייסט, א מענטש אויף וועמען עס ווירקט נישט דער גאנצער ארום, און וועמען קיין שום צער און יסורים קענען נישט צוריק האלטן פון זיין עבודה. די יידן האבן זיך גענויטיקט אין אן "אח לצרה". א ייד וואס האט אליין געליטן פונקט ווי זיי, און זיי ווייזן א מוסטער ווי אזוי מען קען מקבל זיין יסורים באהבה און זוך באשוצען אין באשעפערס דרכים. און כאטש ס'איז געווען פיל רבנים אין ערליכע אידן וועלכע האבן זיך געהאלטן שטארק אין עומד בנסיון געווען, און אפילו געווירקט אויף אנדערע צו גיין אין דעם ריכטונג, האט אבער געפעלט דער העלד, דער גייסטיגער ריז, וועלכער זאל קעמען מיטרייסען די מאסן, און האבן א ווירקונג א שפע חיים אויף די מאסן פון אט די פארצווייפלטע אידן.

בחסדי השם האט דאמאלט ארויסגעשיינט דאס ליכטיגקייט פון דעם מנהיג און וועג-ווייזער, דער קלויזענבורגער רב, וואס כאטש ער אליין איז ארויס פון לאגער קערפערליך צובראכן כחרס הנשבר, האט ער געפילט אז האט איבערגעלעבט דעם חורבן פאר א צוועק און אויף אים ליגט א פליכט צו מונטערן און אוופוועקן די שארית הפליטה צוריק צו ווערן יידן יראים ושלמים. און ער האט דאס געטאן מיט געטליכע כוחות חוץ לדרך הטבע.

בלויז צוקוקנדיג וויאזוי דער קליזענבורגער רב האט אויפגענימן זיין פיין מיט אהבה אן קיין תרעומת חלילה, דאס אליין האט שוין געהאט א געוואלדיגע ווירקונג אויף די ארומיגע מענטשן.

ווי האט מען נאך געקענט האבן תרעומת, ווען מ'הערט ווי דער קלויזענבורגער רב, נאך דעם וואס ער האט פארלוירן ביים דייטש, זיין מוטער, ברודער אין שוועסטער, זיין רעביצין און צען קינדער, פארבלייבנדיק נאר מיט איין איינציגן זון, חנניא יו"ט ליפא, וועלכער איז געווען אן אויסגערופענער עילוי, און הערנדיג באלד נאך דער באפרייאוגג ווי דער זון איז (נאך דער באפרייאונג) נפטר געווארן פון א מחלה, האט ער זיך באלד אויפגעשטעלט אין געמאכט א ברכה "דיין האמת" בשם ומלכות, צוזאגנדינ דערביי אז ער איז דאס אויך מקבל באהבה... הערענדיג דאס, ווער האט נאך געקעגט פרעגן קשיות, נישט איינעם האט אנגעגומען דער ווילן אנצוקומען צו אזא מדרגה.

אדער, צוקוקנדיג זיך ווי דער רבי, נאך אין לאגער קליידער, לויפט ארום איבערין לאגער, און מיט זיינע שוואכע קרעפטן שלעפט ער טויטע יידישע קערפערס צום באגראבן, אדער ווי ער לויפט פון איין טיפוס-קראנקן צום צווייטן און באדינט זיי מיט איבערגעבנהייט, אין צייט ווען אנדערע שרעקן זיך מיט זיי צו פארנעמען איבער דעם אנשטעקעקע קראנקייט, צוזעהנדיג דאס, האבן פיל גענומען זאגן צו זיך אליין, "זעה ווי ס'פירט זיך אויף אן ערליכער ייד, וואס פארגעסט נישט קיין מאמענט פון זיין פליכט אויף דער וועלט"... אזעלכע אויפירונגן און אזעלכע מעשים האט אריין געברענגט א שפע חיים אין יידן, א ווילן צולעבן, און האט צוגעברעגגט אסך יידן צוטראכטן און זיך דערמאנען ווער זיי זענען און פון וואו זיי קומען.

שארית הפליטה

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שארית הפליטה


נאך דעם חורבן אייראפע האט דער קלויזענבורגער רב געגרינדעט און אנגעפירט די ארגאניזאציע שארית הפליטה, א נעצווערק פון אנטשטאלטן (מוסדות) פאראנטווארטליך פאר די הילפס-ארבייט פאר די יידן וואס האבן איבערגעלבט דעם שווערן חורבן אייראפע. די טעטיגקייטן פון שארית הפליטה:

  • דער שארית הפליטה האט אנגעפירט מיט א נעץ פון ישיבות און בית יעקב שולן אין דריי און צוואנציג לאגערן אין דייטשלאנד, עסטרייך און פראנקרייך. ס'האט געלערנט אין די דאזיגע חנוך אנטשטאלטן אומגעפער זעקס הונדערט בחורים און צוועלף הונדערט מיידלעך.
  • דער שארית הפליטה האט אויפגעשטעלט תלמוד תורות וואו ס'האבן געלערנט טויזנטער קינדער.
  • דער שארית הפליטה האט געשאפן אין די לאגערן פאכשוהלען, אויף צו קענען לערנען א פאך.
  • דער שארית הפליטה האט אויפגעשטעלט א בית יעקב סעמינאר, וואו ס'איז געווארן אויסגעבילדעט לעהרער פאר די בית יעקב מיידלעך.
  • דער שארית הפליטה האט איינגעפירט כוללים, וואו אומגעפער פיר הונדערט פארהייראטע יונגעלייט האבן געלערנט זיבן שטונדן א טאג און געווארן מאטעריעל אויסגעהאלטן.
  • דער שארית הפליטה האט אויסגעצאהלט אלע אויסגאבן פאר די חתונות פון די בחורים און מיידלעך.
  • דער שארית הפליטה האט פארזארגט די אלע תלמידים און תלמידות מיט עסען, קליידונג, מעדיצינישע זאכען, שלאפען, ווי אויך גייסטישע נויטיגקייטן - רבנים, ראשי ישיבות, מלמדים, שוחטים און משגיחים.
  • דער שארית הפליטה האט איינגעפירט דאס די וואס נויטיגן זיך אין שפיטאל באהאנדלונג זאלן זיי דארטן באקומן כשר'ע שפייזן.
  • דער שארית הפליטה האט פארזארגט און אונטערגעשטיצט אומגעפער זעקס טויזנט נפשות פאר א בודזשעט פון דריי הונדערט און זעכציג טויזנט דאלער א יאר.

נאך דער מלחמה האט ער אויפגעשטעלט ישיבות און מוסדות פאר די פליטים און די לאגערן, און תש"ו איז ער געקומען קיין אמעריקא שאפן געלט פאר די פליטים און האט דעמאלס אויפגעשטעלט מוסדות אין ניו יארק און מעקסיקא פאר די פליטים וואס זיינען שוין געווען אין אמעריקא א יאר דערנאך האט זיך דער רבי געצויגן קיין ניו יארק ווי ער האט אנגעפירט מיט זיינע מוסדות.

אין יאר תשט"ו האט ער באזוכט ארץ ישראל צום ערשטן מאל און האט מחליט געווען אויפצושטעלן א חסידיש שטעטל וואס איז היינט באוואוסט אלס קרית צאנז נתניה, ישראל. אין תשל"ב האט ער צוריקעגערט קיין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין יוניאן סיטי.

פון זיינע תלמידים האט זיך געגרינדעט דאס חסידות צאנז קלויזענבורג אויך האט ער אויפגעשטעלט די תורה אימפעריע מפעל הש"ס און די לאניאדא שפיטאל אין נתניה, וואס באדינט די איינוואוינער פון נתניה און די ארומיקע שטעטלעך.

דער קלויזנבורגער רבי פלעגט כסדר רעדן וועגן דעם חשיבות פון "גיין בדרכי אבות", אריינגערעכנט אפהיטן דאס אידישע לשון. אין זיין צוואה האט ער אזוי געשריבן:

מחוייב אני להזהיר ולצוות שח"ו להיות מהלועזים בלע"ז. ולגדל בניכם בעזהשי"ת בדיבור המורגל מאבוה"ק שפת יודיש, וכאשר כבר הארכתי בדרשות ובתשובות [דברי יציב חיו"ד סי' נ"ב ונ"ג], ושלא לשנות ח"ו ללשון ענגליש ולא ללשון עברית. ולהזהר מאוד בדיבור בבית ועם חברים וחברות רק בלשון יודיש, בלתי כשמדברים עם עכו"ם ומי שאינו מכיר שפת אידיש לעת הצורך, אבל השפה המדוברת והמורגלת בפיו ובלשונו יהיה הלשון שהורגלו בישראל במדינותינו מיוצאי אשכנז, שפת אידיש.

וזה מהיסודות העיקרי עקרים להתקיים בתורה המורשה לקהילת יעקב. ויען שכר כתבתי ודרשתי הרבה מחומר הענין וכוחי חלוש, לא אוכל להאריך אבל זה אני כותב בלשון צוואה והזהרה חמורה, הן לזכרים והן לנקבות מיו"ח. שהפורש עצמו ח"ו וחלילה פורש עצמו מן החיים להכלל בתוך יו"ח ושורש האילן הקדוש אבוה"ק זי"ע ועכ"י.

איראניש, זענען היינטיגע צאנזער חסידים אין ארץ ישראל נישט קיין גרויסע קנאים וועגן אידיש; אין דעם סעמינאר פון קרית צאנז, נתניה, איז די אפיציעלע שפראך העברעאיש, און על אף אז אין די חדרים און ישיבות רעדט מען בלויז אידיש, עברית איז זייער צעשפרייט אלס אן ערשטע שפראך און זייער באניצט טאג טעגליך.

דער קלויזענבורגער רב איז נפטר געווארן שבת קודש ט' תמוז ה'תשנ"ד און מען האט אים קובר געווען צומארגנס י' תמוז אין בית החיים פון נתניה, אין די חלקה קרית צאנז.

ז' אדר ב' ה'תרפ"ד האט רבי זלמן לייב געהייראט בזיווג ראשון מרת פעסיל הי"ד א טאכטער פון הרב חיים צבי טייטלבוים רב אין סיגעט, דער עצי חיים. זי איז אומגעקומן אין אוישוויץ אויף קידוש השם מיט צען פון אירע קינדער הי"ד, דער עלטסטער זון חנניה יום טוב ליפא איז אוועק נאך דער קריג פון די טיפוס קרענק.

די נעמען פון די קינדער זענען ווי פאלגענד:

  • פינף זין: .חנניא יום טוב ליפא הי"ד. .חיים צבי הי"ד. .ברוך הי"ד. .מאיר משולם הי"ד. .משה הי"ד.
  • זעקס טעכטער: .סימא ברכה הי"ד. .חנה הי"ד. .רויזא בלומה הי"ד. .רחל פייגא הי"ד. .אסתר הי"ד. .רייצא הי"ד.

נאך דעם חורבן אייראפע האט רבי זלמן לייב געהייראט אין אמעריקא בזיווג שני מרת חיה נחמה עמו"ש, א טאכטער פון הרב שמואל דוד אונגאר. רב אין נייטרא, און האט פון פריש אויפגעשטעלט זיין שטוב. זייערע קינדער:

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. לפיד אש עמוד כ"ד
  2. שלשלת בית צאנז
  3. שלשלת בית צאנז