צבי הירש אייכנשטיין
רבי צבי הירש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקכ"ג - י"א תמוז ה'תקצ"א) רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער עטרת צבי.
געבורט |
1763 סאמבאר, אוקראינע |
---|---|
טויט |
22 יוני 1831 (אלט 68 בערך) זידיטשוב |
פאך | רב |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ג, דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין (א דארף אין גאליציע לעבן סאמבאר). און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.
רבנות
רעדאַקטירןאויף רבי הערשעלע האט זיך שוין קליינערהייט אָנגעזען זיין שארפער מח און זיין געוואלדיגער בקיאות, ער איז געווען באקאנט אלס עילוי, און פלעגט לערנען יעדען טאג זיבען בלאט גמרא, און זיי איבער חזר'ן נאך זיבן מאל. ער האט געלערנט בחברותא מיט ר' יעקב משולם ארנשטיין, דער מחבר פון "ישועות יעקב".[1]
דורך די ווירקונג (השפעה) פון זיין ברודער רבי משה, איז רבי הערשעלע געפארן קיין לובלין, און געווארן א תלמיד מובהק פונעם חוזה.
רבי הערשעלע האט געקוועלט אין קבלה און פלעגט שטענדיג לערנען דעם ספר הזוהר, חסידים האבן געזאגט אז זהר איז ראשי תיבות רבי הערשעלע זידיטשובער.
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןרבי הערשעלע האט געהייראט מרת רחל פערל ( - כ"ג סיון ה'תק"ץ) א טאכטער פון א קרעטשמער פון א דארף רודא נעבן זידיטשוב. זייערע קינדער:
- הרב יחיאל מיכל אייכנשטיין
- מרת שרה ( - ט"ז אדר ה'תרל"ד), די ווייב פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא, א זון פון איר פעטער (איר פאטער'ס ברודער) הרב משה אייכנשטיין, פון סאמבור.
- מרת חיה, די ווייב פון הרב יעקב נפתלי הירץ לאבין. זייערע קינדער:
- הרב ישראל יוסף לאבין ( - ט"ו שבט ה'תרס"ב), פון זידיטשוב. ער האט געהייראט מרת שרה סאשע א טאכטער פון רבי אייזיקל זידיטשויווער.
- הרב אלכסנדר סענדער לאבין. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלעזר רוקח (ה'תק"ע - י"ט כסלו ה'תרמ"ב), פון בעלזא, א זון פון דעם שר שלום פון בעלזא.
- הרב משה לאבין, רב אין דראהאביטש
- הרב צבי הירש לאבין, רב אין באליחאוו.
- די ווייב פון הרב יעקב יצחק ווייסבלום א זון פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזשענסק.
- די ווייב פון הרב שמואל שפירא (ה'תק"ע - ה'תר"ך) פון פרעמישלא, א זון פון דעם בני יששכר
- מרת רייזל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב משה חיים טויב (ה'תק"ן (אומגעפער) - כ"ז תמוז ה'תקצ"א), א זון פון הרב יצחק אייזיק טויב, רבי אין קאלוב. זייערע קינדער:
- בזיווג שני, די ווייב בזיווג שני פון הרב דוב בערטשע שפירא (ה'תק"ל (אומגעפער) - כ"ו אדר ה'תר"י), רב אין טלוסט, אן איינקל פון רבי פנחס'ל קאריצער.
- בזיווג שלישי, די ווייב בזיווג שני פון הרב יוסף ראטענבערג ( - ה' אלול ה'תרי"ב), רב אין קוזובה. זייערע קינדער:
- מרת רבקה ( - ט"ז חשוון), די ווייב פון הרב יהודה לייביש ערליך (ה'תק"ן (אומגעפער) - ה'תר"ך), פון ראזלא.
- הרב צבי הירש ערליך (י"א חשוון ה'תקצ"ב - ה'תרנ"ה (אומגעפער) ). ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ-אייזענבערג פון בארטשאוו.
- מרת גיטל די ווייב פון הרב דוד יעקב א זון פון הרב אייזיק פון סטרי.
- מרת הינדא, די ווייב פון הרב אליהו אייכנשטיין (ה'תקצ"ז - ה' סיון ה'תרל"ח), פון זידיטשוב, א זון פון רבי אייזיקל זידיטשובער.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- סור מרע ועשה טוב
- פרי קודש הלולים
- בית ישראל
- עטרת צבי
- קונטרס השמות
- צבי לצדיק
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבי אלחנן היילפרין, שיחתן של עבדי אבות, חלק ב', עמ' מ"ד