דינאוו
דינאוו (פּויליש: Dynów) איז א שטעטל אין ריישער פאוויאט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, אסט-גאליציע, פוילן, מיט א באפֿעלקערונג פֿון 6,758 (02.06.2009).[1] דאס קליין שטעטעלע דינאוו ליגט אויף דעם ברעג פונעם טייך סאן, צופוסנס די קארפאטן בערג, די שטאט ריישע פון צפון זייט, און סאניק פון דרום זייט.
www |
דינאוו | |
---|---|
לאַנד | פוילן |
געגנט | ריישע |
בירגערמײַסטער | זיגמונד פראנטצאק |
שטח | 24.41 קוואדראט ק"מ |
באַפֿעלקערונג | 6058 (אין 2009) |
היסטאריע
רעדאַקטירןכאטש דינאוו איז געווען א קליין דארפיש שטעטעלע, דאך איז עס שטארק באקאנט ביי דער יידישער באפעלקערונג, פון גוטן און פון בייזן. אין יאר ה'ת"ח ביי די גזירות ת"ח ות"ט האט עס דורכגעלעבט דעם ערשטן חורבן ווען כמעלניצקיס רויבער באנדעס האבן פארניכטעט כמעט דאס גאנצע שטעטל, נאכהער אין יאר ה'תקכ"ח האט עס ווידער מיט געמאכט א בלוטיגע שחיטה ווען ס'איז אומגעקומן איבער צוואנציג יידן, און אין דעם יאר ה'ת"ש פרייטיג דעם צווייטן טאג ראש השנה האבן די נאציס ימ"ש אומגעברענגט אלע יידן וואס זיי האבן דארט געטראפן הי"ד.
רבנים
רעדאַקטירןדינאוו איז באקאנט געווארן אין דער יידישע וועלט דורך אירע בארימטע רבנים וואס זי האט פארמאגט:
- רבי שמואל א זון פון רבי אברהם פון טיטשין
- רבי משה יהושע העשל (נפטר - כ"ג אייר ה'תקע"ג).
- רבי יעקב צבי יאָליש (נפטר - ט' ניסן ה'תקפ"ה), פארפאסער פון ספר מלא הרועים אויף ש"ס און כללים
- רבי פנחס אריה, פון ה'תקפ"ט רב אין טורקא, (נפטר - כ"ז תשרי ה'תרי"ג), א זון פון רבי צבי הירש פון סאקאלאוו
- רבי צבי אלימלך שפירא (נפטר - י"ח טבת ה'תר"א), פארפאסער פון בני יששכר
- רבי דויד שפירא (נפטר - י"ט אדר ה'תרל"ד), פארפאסער פון ספר צמח דוד, א זון פון בני יששכר
- רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא (נפטר - ד' סיון ה'תרמ"ה), פארפאסער פון הנותן אמרי שפר, א זון פון צמח דוד
- רבי יוסף שפירא (נפטר - י"ז אדר א' ה'תרצ"ב), אן איידעם פון הנותן אמרי שפר
- רבי דוד שפירא (נפטר - כ"ו תשרי ה'תרצ"ג), א זון פון רבי יוסף שפירא
- רבי מנחם מענדל שפירא (אומגעקומען אויף קידוש השם - ט"ו שבט ה'תש"ב), א זון פון רבי דוד שפירא
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- חורבן דינאוו סאניק דובעצק (ארכיווירט 15.07.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ספר יזכור לקהילת דינוב (ארכיווירט 15.07.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ↑ Population. Size and structure by territorial division. © 1995-2009 Central Statistical Office 00-925 Warsaw, Al. Niepodległości 208 (2009-06-02). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2011-09-26. דערגרייכט דעם 2009-06-22.