שלש סעודות
שלש־סעודות גריפן רעווא דרעווין כנגד יעקב אבינו בחיר שבאבות איז די לעצטע שבתדיקע סעודה צװישן די דרײ שבתדיקע סעודות װאס מען דאַרף עסן לויט דער הלכה במשך דעם שבת. גלײך װי די ערשטע צװײ סעודות, אױך שלש סעודות דארף מען עסן המוציא, אבער פון דעסטװעגן איז די סעודה גרינגער װי די אַנדערע צװײ, און בדיעבד (ענגיק) קען מען יוצא זיין מיט פירות אדער מיני מזונות, װי למשל האָבן די חזל באַשטימט פאַר אָרעמע־לײַט װאס האָבן ניט קײן געלט צו קױפן פאר שלש סעודות: "עשה שבתך חול ואל תזדקק לבריות", אנדערש װי די ערשטע צװײ סעודות, װאָס פֿאָדערן יאָ צו זײַן אָפּהענגיק צו אַנדערע.
חסידים זײַנען זיך נוהג צו ארײנשלעפן דעם שלש סעודות טיפער אין דער נאַכט.
נאך שלש סעודות קומט מלווה מלכה.