ווערבאַ-וועצלער באַריכט

חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערגער געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

די ווערבאַ-וועצלער באַריכט אדער 'די אוישוויץ פראטאקאל', איז דאס ערשטע אראפגעשריבענע עדות, וואס איז געהערט געווארן אום אפריל 1944, פון די מויל פון צוויי אוישוויץ אנטלאפענע סלאוואקישע יודען, רודאלף ווערבע און אלפרעד וועצלער. זיי האבן דאס דירעקט איבערגעגעבן פאר די יודישע ציוניסטישע פירער אין אונגארן, כדי מ'זאל וואס גייט דארט פאהר, און אפהאלטן די ווייטערדיגע דעפארטירונג פון די הונדערטע-טויזענטע אונגארישע יודענטום צום טויט.

למעשה האבן די פירער פון יענעם קאבינעט - אין שפיץ פון רודאלף קאסטנער - 'נישט' איבערגעגעבן פאר'ן פאבליקום דעם באריכט, און ס'איז געווען זייער פאטאל. כאטש זיי אליינס - די ציוניסטישע פירער - האלטן אז ס'האט נישט קיין זינען צו לייגן די שולד אויף זיי, איז אבער די היינטיגע באוואוסטע היסטאריע א קלארע באווייז, אז דאס זאגן זיי בלויז צוליב זייער אייגענעם פאליטיק.

דאך איז אום מאי 1944 דער שרעקעדיגער באריכט-דאקומענטן פארשפרייט געווארן אינעם דרויסנדיגער מערב וועלט און האט דאס ערשטע מאל פארציילט די אמת'ע גרויל, וואס גייט פאר אין די נאצישע לאגערן, אונטער'ן שלייער פונעם דייטשער אקופאציע, פאקטן וואס מ'האט גארנישט געוואוסט פארדעם.

דאס האט געברענגט צו די ערשטע שריט פון די אליאירטע קרעפטן, ארויסצושרייטן אין א ווילדע מלחמה, אפצוקלאפן דעם נאצישער דייטש ביז'ן ענדגילטיגע ענדע, און אזוי ארום אפצושטעלן די באנען וואס האבן נאך טאג טעגליך געטראגן 12 טויזענט יודישע קרבנות קיין אוישוויץ, און דורך דעם באריכט זענען טויזענטע יודען געראטעוועט געווארן.

זייער אנטלויף איבערצוגעבן דעם באריכט

רעדאַקטירן

נאכ'ן גוט אויספלאנירן זייער אנטלויפן, האבן זיי אנגעהויבן דערמיט אום ערב פסח י"ד ניסן ה'תש"ד 7טן אפריל 1944. ווען זיי זענען געווען ביים טעגליכע ארבעט אינדרויסן פון די באראקען לאגער, איז געווען דארט א הויפען קלעצער, וואס איז שוין געלעגן דארט א שטיק צייט. און מיט די הילף פון פריינד האבן זיי זיך פארשטעקט אין א לאך אונטער דריי שיכט פון די העלצער, און זיי זענען געווען באשמירט מיט רוסישע טאבאק שטויב און בענזין, אזוי אז די הונט זאל זיי נישט קענען דערשפירן.

נאכ'ן פערטן טאג וואס מ'האט זיי געזוכט, און זיי האבן געוואוסט לויט אפגעשמועסטע צייכענס פון פריינד, אז מ'זוכט זיי שוין נישט. אבער דאן זענען ווידער די וועכטער געקומען זוכן ביי די האלץ, און שוין אויך אראפגענומען צוויי שיכטן האלץ, אבער דאן האט פלוצלינג אנגעהויבן קלונגען די סירענע, און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון דארט.

דאן איז שוין געווארן נאכט, און די צוויי באהאלטענע האבן פראבירט אויפהייבן די האלץ, אבער זענען געווען צו שוואך דערצו; אבער מיט אומ'געווענליכע קרעפטן האבן זיי דאס געריקט און זיך ארויסגעשלייכט פון דארט, און אנגעהויבן לויפן, און אזוי געלאפן אומגעפער אכציג מייל - דורך וועלדער און דערפער. זיי האבן געהאט ווייניג הילף פון די פויער'טעס אונטערוועגנס, אבער זיי האבן יא אנגעטראפן פארטיזאנער, וואס האבן זיי געהאלפן אין וועג, ביז זיי האבן דערגרייכט די גרעניץ פון סלאוואקיע.

דאס ערשטע זאך האבן זיי געזוכט ווי ס'איז די קאבינעט פון די יודישע אנפירער אין שטאט, מיט'ן ציל איבערצוגעבן דעם קריטישע מעלדונג און היסטארישע עדות'שאפט.

אום יוני 1944 האט דאס באריכט שוין זיכער דערגרייכט צו די אמעריקאנער, וואס האבן מיט דעם אלעם נישט באמבאדירט אוישוויץ, מיט זייערע אויסריידן. אבער די ציל פון די באריכט ברענגער איז געווען מער געצילט, אנצווארפן א שרעק אויף די געבליבענע מיליאן אונגארישע יודען, אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פירן לייכט צום שחיטה.

דעטאלען וועגן דעם באריכט

רעדאַקטירן

אום מאי 1944, ביים אנקומען צום אפיס פון די ציוניסטישע פירער אין אונגארן, האבן זיי אנגעהויבן פארציילן אויף וואס זיי זענען דא געקומען, און פון וואו זיי קומען.

ס'דא וואס זאגן אז מ'האט זיי נישט אינגאנצן געגלייבט, און דעריבער האט מען זיי גענומען אויף א קרייץ פארהער, און נאכן גוט אויספרעגן און אפשרייבן זייערע עדות אויף פערציג בלעטער, מיט גאר פול דעטאלן, האט מען עס פראבירט שיקן צו אנדערע אפיסעס פון די יודישע פירער.

אבער פאר'ן יודישער פאבליקום האבן די ציוניסטישע פירער דארט, עס אין פאקט נישט ארויסגעגעבן.

וועבלינקען

רעדאַקטירן