ליטיום
(אַריבערגעפֿירט פון ליטיאום)
דער ליטיום איז אַ כעמישער עלעמענט פֿון דער גרופּע פֿון די אַלקאַלישע מעטאַלן, מיטן סימבאל Li. ליטיום האָט אטאם נומער 3. אזוי ווי ליטיום איז אַן אַלקאַלי-מעטאַל, רעאַגירט ער זײער גיך מיט װאַסער און לופֿט. אלס א גרופּע איינס מעטאל ווי נאטריום און קאליום איז עס פאראן נאר איין עלעקטראן אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "2s1" אלס די עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגעטיש שטאבילן צושטאנד, וועט ליטיום גרינג פארלירן דעם "2s1" עלעקטראן אין א סאך כעמישע רעאקציעס. ליטיום װערט באַנוצט אין רפֿואות און אין אַקומולאַטאָרס (באַטעריִעס װאָס מע קאָן װידער אױפֿלאָדן).