איראן
איראַן (פּערסיש: ایران), פריער באוואוסט מיטן נאמען פערסיע, אפיציעל די איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן, איז א לאנד אין מערב אזיע. איראן איז אן איסלאמיש לאנד, אויף דער שיאיטישער שטרעמונג פון איסלאם. זײַן הױפּטשטאָט איז טעהראן.
president |
איסלאַמישע רעפובליק פון איראַן | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: مهر خاوران (מעהר ע כאַוואַראַן) "די מזרחדיקע זון" | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פערסיש | ||||
הויפּטשטאָט | טעהראן 35°41′N 51°25′E / 35.683°N 51.417°E | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
כאסאן ראכאני | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,648,195 קוואַדראַט ק"מ 17ט 0.7 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
78,192,200 (2013) 17ט 48 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.284 טריליאן (17ט) | ||||
וואַלוטע | ריאל IRR | ||||
צײַט זאָנע | UTC+3:30 | ||||
אינטערנעט דאָמען | ir. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 98+ |
איראן גרעניצט זיך מיט איראק און טערקיי אין מערב, מיט ארמעניע און אזערביידזשאן אין צפון־מערב, מיט קאזאכסטאן און רוסלאנד איבערן קאספישן ים, מיט טורקמעניסטאן אין צפון־מזרח, מיט אפגאניסטאן און פאקיסטאן פון מזרח, און אין דרום מיטן פערסישן איינגאס. מיט א שטח פון 1,648,195 קוואדראט ק"מ, איז איראן דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם מיטל־מזרח און דאס 17ט גרעסטע אין דער וועלט.
מער ווי 78 מיליאן מענטשן וואוינען אין איראן, דאס 17ט מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט.
איראן פארמאגט גאר אסאך נאטירלעכע אוצרות פון אויל קוואלן און ריזיגע זאפאסן פון נאטורליכן גאז, איראן פארמאגט אויך אסאך מינעראל מינעס. איראן איז די היים פון איינער פון דער וועלט'ס עלטסטע ציוויליזאציעס. די איראנישע מעדן האבן פאראייניגט דעם שטח אין אן אימפעריע בערך אין די ג'ש' יארן. איראן האט דערגרייכט דעם שפיץ פון זיין מאכט ביי דער אכאמענישער אימפעריע (די ערשטע פערסישע אימפעריע) אונטער כורש אין די ג'ת' יארן. די אימפעריע איז געווען שפרייט פון די באלקאן לענדער אין מערב ביזן אינדוס טאל אין מזרח, די גרעסטע אימפעריע אין דער וועלט. די אימפעריע איז איינגעפאלן נאך די מלחמות מיט אלעקסאנדער דער גרויסער.
שפעטער זענען געקומען די פארטישע אימפעריע, און דערנאך די סאסאנישע אימפעריע, ווען איראן איז ווידער אמאל געווארן איינער פו די פירנדע אימפעריעס פון דער וועלט, צוזאמען מיט דער ביזאנטישער אימפעריע.
אין יאר 622 האבן ראשידון מוסולמענער אינוואדירט פערסיע, און ביז 651 האבן זיי איינגענומען דאס לאנד, און האבן געענדערט די רעליגיע פון זאראאסטריזם צו איסלאם. דערנאך האט איראן געשפילט א גרויסע ראלע אין דער איסלאמישער גאלדענער תקופה און האט פראדוצירט א סך באאיינפלוסלעכע וויסנשאפטלער, געלערנטער, קינסטלער און דענקער. אין 1501 האט אנגעהויבן די סאפאווישע דינאסטיע, וואס האט פראמאווירט שיא איסלאם ווי די אפיציעלע רעליגיע.
אין 1906 איז געגרינדעט געווארן פערסיע'ס ערשטער פארלאמענט אונטער א קאנסטיטונאציאנעלער מאנארכיע. דעם 1טן אפריל 1979 האט די איראנישע רעוואלוציע אויפגעשטעלט אן איסלאמישע רעפובליק.
די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט אין לאנד איז טעהראן, וואס דינט ווי דער קולטורעלער, קאמערציעלער און אינדוסטריעלער צענטער פונעם פאלק.
די אפיציעלע שפראך איז פערסיש, און די וואלוטע איז דער איראנישער ריאל.
איראן איז געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער אין 1945, און איז אויך א מיטגליד אין דער אפעק ארגאניזאציע.
עטימאלאגיע
רעדאַקטירןדאס ווארט "איראן" קומט פון אן אוראלט-איראנישער שפראך "אַריאַנאַ", לאנד פון די אריאנער.
היינט ניצט מען סיי איראן סיי פערסיע פארן נאמען פונעם לאנד.
היסטאריע
רעדאַקטירןפון דעם 10טן ביזן 7טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג, האט די אסירישע אימפעריע געהערשט אויפן שטח פון היינטיקן איראן. אין 728 פאר דער ציווילער רעכענונג זענען די מעדישע שבטים געווארן פאראייניגט אונטער איין הערשער. אונטער דעם מלך קיאקסארעס האבן די מעדן און די פערסער געמאכט אן אפמאך מיט נאבאלאפאסאר פון בבל צו אטאקירן די אסירישע אימפעריע. די ברידער קריג האט מען געפירט פון 616 ביז 605 פאר דער ציווילער רעכענונג ביז די אימפעריע איז אונטערגעגאנגען. די פעלקער זענען געווארן אומאפהענגיק. אזוי האט זיך געמאכט די מעדישע אימפעריע, וואס האט קאנטראלירט גאנץ איראן און אויך מזרח אנאטאליע.
אין 550 האט כורש פון אנשאן איבערגענומען די מעדישע אימפעריע און האט געגרינדעט די אכאמענישע אימפעריע
אין די נייעס
רעדאַקטירןאיראן איז אסאך אויף די ארענע פון נייעס וואס באדרעאט די וועלט. צוליב די באשולדיגונג און זארג אז זי איז אין א געיעג נאך נוקלעארע וואפן. מאנכע האלטן אז זי האלט גאר נאענט צו ערצייגן איר ערשטע אטאמישע וואפן, וואס פאר מדינת ישראל איז דאס גאר ביטערע נייעס.
זינט דער רעליגיעזער פירער אייאטאלע כומעיני האט איבערגעווארפן דעם דעמאלטדיגן מאנארך דער שאך פון איראן אין 1979. איז איראן אויף די ליסטע פון די לענדער וועלכע ווערן באשולדיגט אין שטיצן טעראר,
איראן איז געווען אויף די ליסטע פון די אקסיס פון שלעכטס די שווארצע ליסטע וואס די אמעריקאנער פרעזידענט בוש האט דערקלערט נאך 9/11.
דער מעסיגער פרעזידענט כאסאן ראכאני האט איבערגענומען פונעם היציגן און קאנטראווערסיעלן מאכמוד אכמעדיניזשאד אין 2013. איר רעליגיעזער פירער איז אַיאַטאלע אלי כאמענעי וואס האט איבערגענומען נאכן טויט פונעם ערשטן אַייאַטאלא רוכאלא כומעיני.
טעראר אקציעס
רעדאַקטירןאיראן האט זיך פון דער אנהייב פון דער איסלאמישער רעוואלוציע זיך אפגעגעבן מיט פארכאפן ציווילע, אדער דיפלאמאטן, פאר משכונות אויסטויש, פון דארט איז עס געווארן זייער פארשפרייט, און באנוצט אין די מוסלעמענישע וועלט.
איראן ווערט דירעקט באשולדיקט אין אקציעס, וואס כעזבאלא האט דורכגעפירט, איבער דער גארער וועלט, אין דייטשלאנד, ווי איראנער געהיימע אגענטן האבן אומגעברענגט קעגנער צו דער איסלאמישער רעפובליק, און די דייטשע פאליציי האט זיי געכאפט, און זיי האבן מודה געווען אז זיי געהערן אן די רעוואלוציאנערע וועכטער, אין ארגענטינע ווי די יידישע געמיינדעס געביידע, אין בוענאס איירעס, איז אויפגעריסן געווארן אין א זעלבסטמארד אטאקע, האט איראן געהאט א דירעקטע האנט,
קעגנער
רעדאַקטירןאיינע פון די ארגאניזאציעס וואס קעגנט זיך צו דער איראנישער רעגירונג איז די טעראר גרופע דזשונדאלא.
עקאנאמיע
רעדאַקטירןאיראנ'ס עקאנאמיע איז א געמיש פון צענטראלער פלאנירונג, שטאַט באזיץ פון אויל אנדערע גרויסע אונטערנעמונגען, דארף לאנדווירטשאפט, און קליינע האנדל ביזנעסן. אין 2011 איז דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט געווען $482 ביליאן. איראן ווערט גערעכנט א העכער-מיטל איינקומפט עקאנאמיע ביים וועלט באנק. ארבעטסלאזקייט איז העכער פון 10%, ביי פרויען טאפלט ווי ביי מענער.
די עקאנאמיע איז שטארק געפאלן צוליב וועלט סאנקציעס קעגן איראן, וואס למשל קען נישט פארקויפן אויל אפיציעל. אין אפריל 2013 איז דער אמעריקאנער דאלאר געווען ווערט 36,000 איראנישע ריאל.
טוריזם
רעדאַקטירןאין 2009 זענען געקומען 2.3 מיליאן טוריסטן קיין איראן, מערסטנס פון לענדער אין אזיע, אומגעפער 10% פונעם אייראפעישן פארבאנד און די פאראייניגטע שטאטן. די הויפט טוריסטן צילן זענען איספאהאן, מאשהאד און שיראז.
ענערגיע
רעדאַקטירןאיראן האט די גרעסטע גאז רעזערוון אין דער וועלט, מיט 33.6 טריליאן קובישע מעטער.
די פאדערונג פון עלעקטרישער מאכט וואקסט מיט 8% א יאר.
געאגראפיע
רעדאַקטירןאיראן איז דאס 17ט גרעסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א שטח פון 1,648,195 קוואדראט ק"מ; זיין שטח איז אזוי גרויס ווי דאס פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך, שפאניע און דייטשלאנד צוזאמען, און איז גרעסער ווי דער שטאָט אלאסקע פון די פאראייניגטע שטאטן. איראן ליגט צווישן די גארטל ליניעס 24º און 40º N און צווישן די מערידיאנען 44º און 64º E. ער האט גרענעצן מיט איראק (1,458 ק"מ) און טערקיי (499 ק"מ) צו מערב; אזערביידזשאן (611 ק"מ) און ארמעניע (35 ק"מ) אין צפון־מערב; דער קאספישער ים ליגט צו צפון; טורקמעניסטאן (992 ק"מ) צו צפון־מזרח; אפגאניסטאן (936 ק"מ) און פאקיסטאן (909 ק"מ) צו מזרח; און צו צפון ליגן דער פערסישער איינגאס און דער איינגאס פון אמאן.
איראן באשטייט פונעם איראנישן פלאטא אחוץ פון די בארטנס פונעם קאספישן ים און כוזעסטאן פראווינץ אין דרום־מערב פון לאנד. ער איז זייער בארגיק מיט פארשידענע בארגקייטן מיט טאלן צווישן זיי. דער באפעלקערטער מערב טייל פון לאנד איז דאס מערסט בארגיק, מיט בארגקייטן ווי די קאווקאז, זאגראס און אלבארז בערג. דער העכסטער פונקט אין איראן איז דאמאוואנד, הויך 5,610 מעטער, וואס איז אויך דער העכסטער פונקט אין אייראפע-אזיע מערב פונעם הינדו קוש.
דער קלימאט אין איראן איז מערסטנס טרוקן אדער האלב-טרוקן, אבער לעבן דעם קאספישן ים איז דער קלימאט מער טראפיש.
דעמאגראפיע
רעדאַקטירןדי באפעלקערונג פון איראן איז 75.2 מיליאן מענטשן לויטן צענזוס וואס די רעגירונג האט אויסגעפירט אין 2011. ביים זעלבן צענזוס האט מען געציילט 8,700 יידן אין איראן.
איראן האט פינעף שטעט מיט מער ווי א מיליאן באוואוינער—טעהראן, טאבריז, מאשהאד, איספאהאן און קאראזש.
שפראכן
רעדאַקטירןדער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג רעדט פערסיש, וואס איז אויך די אפיציעלע שפראך פון לאנד. טייל מענשטן רעדן לורי אדער לארי, און אין קורדיסטאן פראווינץ רעדט מען קורדיש.
רעליגיע
רעדאַקטירןהיסטאריש איז זאראאסטריזם געווען די דאמינאנטע רעליגיע אין איראן, ספעציעל אין דער תקופה פון די אכאמעניש, פארטישע און סאסאנידע אימפעריעס. ווען די סאסאנידע אימפעריע איז געפאלן מיט דעם מוסולמענישן ניצחון אויף איראן, איז איסלאם געווארן די דאמינאנטע רעליגיע. היינט איז שיא איסלאם די אפיציעלע מלוכה רעליגיע פון איראן, מיט 90% צו 95% אנהענגער אין לאנד. אומגעפער 4% זענען סוניס, בעיקר קורדן און באלוכן. די איבעריגע 2% זענען יידן, קריסטן, זאראאסטרן, באהאיער, יאזידער און יארסאנער.
דריי מינערהייטן ווערן דערקענט, יידן, קריסטן און זאראאסטרער, און יעדער פון זיי האט רעזערווירטע זיצן אין פארלאמענט. אויך געפינען זיך אין איראן באהאיער, אבער זיי זענען נישט אנערקענט.
קולטור
רעדאַקטירןפערסישע קולטור האט לאנג געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם מיטל מזרח. אין דער סאסאנידער תקופה האט איראנישע קולטור באאיינפלוסט כינע, אינדיע און רוימישע ציווילאציע.
ארכיטעקטור
רעדאַקטירןדי היסטאריע פון איראנישן ארכיטעקטור גייט צוריק צו אוראלט צייטן. די פערסער זענען געווען די ערשטע וואס האבן געניצט מאטעמאטיק, געאמעטריע און אסטראנאמיע אין ארכיטעקטור. זיי האבן געמאכט מאסיווע קופאלן וואס מען קען זען אין זייערע באזארן און מעטשעטן.
ליטעראטור
רעדאַקטירןפערסישע ליטעראטור איז פון די עלטסטע אין דער וועלט. זי גייט צוריק צו דער דיכטונג פון אוועסטע, אומגעפער 1000 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג.
וועבלינקען
רעדאַקטירןאַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
איראן · איראק · אָמאַן · באכריין · סאודי אראביע · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · קאטאר · קואווייט |