דער פערסישער איינגאס, אויף פערסיש כאליזש פארס, און אראביש, אל-כאליזש אל-אראבי. ווערט אויך גערופן אראבישער איינגאס, בעיקר אין די אראבישע לענדער. די נאמען פונעם ים סוף, ביזן ניינצטען יאר הונדערט, איז געווען אראבישער איינגאס. אין דער וועלט איז מער אנגענומען דעם פערסישער ווערסיע פון די נאמען, אדער "די איינגאס".

די איינגאס געפונט זיך אויף א שטח פון 233,000 קוואדראט קילאמעטער, עס פארבינדט זיך צו די אמאן איינגאס, אויף די מזרח. פון מערב זייט פאנגט זיך די איינגאס אן, פון א דעלטא ביי די טייך שאט אל-אראב, די טייך ווי די פרת און די חידקל, פאלן אריין אין איראק.

די איינגאס איז לאנג 989 קילאמעטער, אין די ברייט איז דער שמאלסטער טייל, 56 קילאמעטר ביי די הארמוז דורכגאס. די וואסער איז נישט זייער טיף, די מאקסימום טיפקייט איז נישט מער פון 60 מעטער, די שווונג איז אויך א שוואכע, אפילו ווען די וואסער הייבט זיך (בעיקר אין די ווינטער).

רוב פון די רויע נאפט איבער די וועלט, ווערט ארויסגעשעפט פון די איינגאס.

די לענדער ארום די איינגאס. פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, סאודי אראביע, באכריין א אינדזל, קאטאר וואס איז א האלב אינדזל פון סאודי אראביע, קאווייט און איראק צפון מערב, איראן צפון. עס זענען פארהאן עטליכע אינדזלען אינמיטן דעם איינגאס, וואס האט שוין געברענגט צו מערערע רייבערייען צווישן די לענדער, איבער ווער עס געוועלטיקט אויף זיי.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די וויכטיקייט פון די איינגאס, איז שוין א גאר היסטארישער, אלעקסאנדער דער גרויסער, האט שוין געהאט א פלאן, וועגן בויען א פארט פאר זיין אימפעריע. איבער די קומענדיקע הונדערטע יארן, איז די איינגאס געווען אונטער אראבער, פערסישע אימפעריע, אטאמאנישע אימפעריע, און אונטער מערב אייראפעישע הערשאפט. אין די ניינצעטע יאר הונדערט, האבן די אראבער אנערקענט אין די בריטישע הערשאפט. אין יאר 1960 איז די אנוועזנהייט פון גרויסבריטאניע, געקומען צו אן ענדע, און אויף זייער פלאץ איז אנגעקומען די פאראייניקטע שטאטן, און די סאוועטן פארבאנד.

די קאנפליקטן צווישן די אראבער און די פערסן, און יעדע לאנד אין ראיאן, ווילנדיק האבן מער נאפט. האט שוין געברענגט צו עטליכע קריגערייען, און מלחמות צווישן די לענדער. דורכאויס די איראן-איראק מלחמה (1988-1980), איז איינע פון די פראנטן געווען די איינגאס. שפעטער אין 1991 ווען סאדאם כוסעין, האט אינוואדירט קאווייט, וואס האט שפעטער צוגעברענגט צו די ערשטע גאלף מלחמה.

דער נאמען

רעדאַקטירן

א לאנגע קריגעריי גייט ארום צווישן די לענדער אין מיטל מזרח, איבערן נאמען פון די איינגאס, אנגעפאנגען פון די 1950ע יארן. גאמאל אבדול נאסער, פרעזידענט פון עגיפטן, האט אין זיין קריגעריי קעגן דעם שאך, געטוישט דעם נאמען צו אראבישער איינגאס, וואס איז געווארן אנגענומען אין די אראבישע וועלט. איראן פון זייער זייט, פירט אן אגרעסיווע פאליטיק, קעגן סיי ווער עס רופט עס אראבישער איינגאס, אויף אזוי ווייט אז זיי באיקאטירן, אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס, וואס רופן דעם איינגאס, אראבישער איינגאס.

כאלעד מאשאל, פירער פון כאמאס טעראר גרופע, האט אין א רעדע וואס באצייכנט דעם טאג וואס סאלאך א דין, האט איינגענומען ירושלים, פון די קרייצצוג. אנגערופן דעם איינגאס מיטן נאמען אראבישער איינגאס, די איראנער האבן געשוימט פאר כעס, אין איין וועב זייט האבן מענטשן געשריבן, אז כאמאס געט צוריק פאר איראן, די ליבשאפט וואס איראן האט צו כאמאס. אן איראנער מיטגלידער אין פארלאמענט (מאדזשעלס), האט שארף פארדאמט מאשאלס ווערטער, אויך האט דער מיטגלידער צוגעלייגט, אז די וועלט דארף וויסן, אז איראן איז זייער סענסיטיוו צו די נאמען "אראבישער איינגאס".