בוענאס איירעס
Ciudad de Buenos Aires
מדינה / טעריטאָריע ארגענטינע
קאָאָרדינאַטן 34°36′13″S 58°22′54″W / 34.60361°S 58.38167°W / -34.60361; -58.38167קאארדינאטן: 34°36′13″S 58°22′54″W / 34.60361°S 58.38167°W / -34.60361; -58.38167

 ‑ אין שטאָט

2,891,082‏  (שטייענדיג 2010)

בוענאָס־אײַרעס איז די גרעסטע שטאט און הויפטשטאט פון ארגענטינע, מיט 2.7 מיליאָן אײַנוווינער.

די שטאט איז געגרינדעט ה'רצ"ו (1536). אין די 1920ער האבן פיל אייראפייער אהין אימיגרירט (פון זיי: איטאליאנער, דייטשן, יידן, אזיענער און אראבער), דאס איז די אורזאך פון די פארשידנקייט אין דער היינטיקער באפעלקערונג.

היינט וווינען דארט ארום 250,000 יידן.

דער אוניווערסיטעט פון בוענאס איירעס, איינער פון די שפיץ לערנען אנשטאלטן אין דרום אמעריקע, האט פראדוציער פינף נאבעל פריז געווינער.

ארכיטעקטור

רעדאַקטירן

אין 1919 האט מען אנגעהויבן בויען דעם באראלא פאלאץ, וואס איז דעמאלסט געווען די העכסטע געביידע אין דרום אמעריקע, און איז געווען דער ערשטער וואלקן קראצער אין ארגענטינע געבויט מיט בעטאן (1919–1923). אין דער געביידע האט מען געשטעלט 9 ליפטן, מיט א 20-מעטער הויך פֿירהויז מיט מאלערייען אינעם סאפיט און לאטיינישע פֿראזעס אמבאסירט אין גילדענע בוכשטאבן. אינדערהייך (110מ) האט מען געשטעלט 300,000-קאנדעלא שיינטורעם, כדי מ׳זאל קענען זען די געביידע אפילו פון אורוגוויי.

זעט אויך

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בוענאס איירעס

רעפערענצן

רעדאַקטירן