צבי הירש ראזנבוים
רבי צבי הירש ראָזענבוים (ה'תר"פ - ט"ז אייר ה'תשס"ו), באקאנט אלץ ר' הערשעלע דער אלטער רבי פון קרעטשענעוו, איז געווען דער קרעטשענעווער רבי פון ירושלים.
געבורט | 7 נאוועמבער 1919 |
---|---|
טויט |
14 מאי 2006 (אלט 86) ישראל |
אפשטאם און יוגנט
רעדאַקטירןרבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ף אין רומעניע, צו זיין מוטער מרת רייצא, טאכטער פון רבי צבי הירש ריינמאן, דער רב פון קרעטשענעוו, און צו זיין פאטער רבי ניסן חיים ראזנבוים אב"ד בראדשין, זון פון רבי אליעזר זאב ראזנבוים פון קרעטשענעוו, זון פון רבי מאיר ראזנבוים פון קרעטשענעוו, וועלכער איז געווען א זון פון רבי מרדכי'לע נאדווערנער.
אלס בחור האט ער זיך זייער אסאך געדרייט ביי זיין זיידן רבי לייזער וואלף, און דארט האט ער קונה געווען זיין גאנצן דרך, ער האט געלערנט זייער אסאך תניא, ער האט אלס בחור געענדיגט 101 מאל דעם ספר. איידער דער צווייטער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער א חתן געווארן מיט מרת שפרה, די טאכטער פון זיין פעטער רבי חיים מרדכי ראזנבוים פון נאדווארנא, אבער די חתונה איז פארגעקומען אייגנטליך נאר נאכדעם וואס די מלחמה האט זיך געענדיגט.
ביי די מלחמה
רעדאַקטירןרבי הערשעלע האט זיך אסאך ארומגעדרייט מיט רבי יחיאל מיכל מיכלאוויטש, וועלכער איז באקאנט אלס ר' מיכ'לע מנתניה, ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז די איינציגסטע זאך וואס האט אים געפעלט ביי דער מלחמה איז א בית מדרש וואס דאווענט אויפן זיידנ'ס נוסח.
רבנות
רעדאַקטירןנאך די מלחמה איז ער געגאנגען לערנען אין די ישיבה ביי רבי יוסף צבי דושינסקי, ער האט שוין אנגעהויבן פראווענען פאר די חתונה, ער האט קודם געוואוינט אין כפר אתא און דערנאך אין יאר ה'תשמ"ב איז ער געגאנגען וואוינען קיין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש אויף דער אבינועם ילין גאס. ער פלעגט גאר שטארק זיך קאכן אין קדושת שבת, ער פלעגט פירען גאר לאנגע שבת טישן, ער האט געהאט גרויסע ענינים ביים עסן די קוגל פרייטאג צונאכטס, און טאנצן א לאנגע צייט ביים טיש, ער פלעגט דאווענען לאנג און מיט א ברען. יעדע זאך אין אידישקייט איז געווען ביי אים א גרויסער עסק, ווי למשל זיין הדלקות נרות חנוכה, אדער זיין ספירה ציילן, מגילה ליינען, וכדומה, ער פלעגט פארלערנען תניא, יעדן טאג פארן דאווענען, און ער איז געווען זייער מקושר צום בעל התניא, און ער פלעגט אים רופן דער הייליגער רבי דער בעל התניא.
ער איז געווען זייער נאנט מיט רבי אהר'לע בעלזער, און רבי אהר'לע איז צוויי מאל איינגעשטאנען ביי אים, אויך האט ער זיך געהאלטן נאנט מיט רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער ליובאוויטשער רבי, און אין דער זעלבער צייט איז ער אויכעט געווען נאנט מיט רבי יואל טייטלבוים, דער סאטמארע רבי, און ער האט נישט געזען קיין סתירה אין דעם.
ער האט שטארק אידיאלאגיש געקעמפט קעגן די ציונים און קעגן דער אגודת ישראל באוועגונג. ער האט נישט אנטייל גענומען אין די בחירות, און ווען די ציונים האבן באפרייט דעם כותל המערבי האט ער גע'אסר'ט פאר זיינע חסידים גיין אהין.
הסתלקות
רעדאַקטירןנאך פורים תשס"ו האט זיך זיין מצב הבריאות שטארק פארערגערט און ער האט גערופן זיין זון רבי זיידל זאל קומען פון אמעריקא, און מוצאי שבת פרשת אמור ט"ז אייר ה'תשס"ו איז ער נפטר געווארן. און חסידים פון דעם רבי’ן און חרדישע אידן איבער דער גאָרער וועלט האָבן באַוויינט די אבידה פון איינעם פון די עלטסטע רבנים פון דער שארית הפליטה.
משפחה
רעדאַקטירן- רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים, האט געהייראט מרת פייגא, טאכטער פון רבי משולם זוסיא טווערסקי, דער פריערדיגער טשערנאבילער רבי פון בני ברק. נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער איבערגענומען זיין פאטער'ס בית מדרש, און אויסער דעם, פארמאגט ער נאך א בית מדרש וואס געפינט זיך אויף דער "השל"ה" גאס אין בני ברק. אין יאר ה'תשע"ז האט ער געעפנט אויך א ישיבה אין דער שטאט אלעד.
- רבי זיידא אליעזר זאב ראזנבוים, ווערט גערופען "דער קרעטשענעוו-סיגעטער רבי פון אמריקע. ער פלעגט וואוינען אין וויליאמסבורג, דארט וואו ער האט א בית מדרש. אין יאר ה'תשע"ה, איז ער אריבערגעצויגן וואוינען אין ירושלים. ער האט א בית מדרש אויף דער "ראפאפארט" גאס אין ירושלים. עס זענען פאראן צוזעצליכע פיליאלען אונטער זיין פירערשאפט אין בית שמש און לאנדאן. אין זיווג ראשון האט ער געהייראט מרת פרומט, טאכטער פון ר' יחזקאל שרגא מערץ, און נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן, האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי אפרים פישל בראך, אב"ד מאדע.
- מרת רייצא ברכה, ווייב פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש , דער ביאלע רבי פון בני ברק.