מרדכי לייפער (נאדווארנא)

רבי מרדכי לייפער זצ"ל (י"ט אייר ה'תקפ"ה - ט"ו תשרי ה'תרנ"ה), רבי פון נאדווארנא.

מרדכי לייפער
קיין פריי בילד
געבורט 10 מאי 1824 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 אקטאבער 1894 (אלט 70)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מאטאלע נאדווערנער איז געבוירן י"ט אייר ה'תקפ"ה צו זיין פאטער רבי ישכר דוב בערטשע לייפער, רבי אין נאדווארנא, א זון פון רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון רבי אברהם לייב בלאך, א זון פון רבי חיים גבריאל בלאך, מחבר פון ספר יפה נוף, א זון פון רבי יוסף פון אלעסק, מחבר פון ספר גנזי יוסף.

רבי מאטאלע האט זיך אוועק געצויגן פון נאדווארנא קיין גאליציע, און נאכהער אין יאר ה'תרכ"ה האט ער זיך באזעצט אין אונגארן, קודם איז ער געוווען אין קיוויאשד נאכהער אין חוסט, און שפעטער אין באשטינא.

גדולי הדור האבן אים געלויבט ווען ער איז געווען א יונגערמאן. הרב אברהם יהודה שווארץ, רב פון מאד, אונגארן, און מחבר פון שו"ת "קול אריה" האט אים געהאלטן פאר אן איש קדוש.

קבלה פון אליהו הנביא

רעדאַקטירן

רבי מאטעלע האט מקבל געווען דריי זאכן פון אליהו הנביא.

1) אז סוף זמן אכילת חמץ ערב פסח איז אכט אזייגער.

2) אז ערב פסח צופרי זאל מען מאכן א סעודה כסעודת שלמה בשעתו.

3) אז ס'איז גוט צו ניצן אונגארישע וויין פאר ארבע כוסות.

און זיינע אייניקלעך פירן זיך טאקע אזוי

רבי מאטאלע איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג סוכות ט"ו תשרי ה'תרנ"ה.

זיין פאמיליע

רעדאַקטירן

רבי מאטאלע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון רבי שמואל שמעלקא טויבש, רב אין יאס. זיינע קינדער:

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • מאמר מרדכי
  • אור מרדכי
  • גדולת מרדכי
  • תפארת מרדכי

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצען

רעדאַקטירן
  • פנים מאירים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר