פוטסטעפס
פוטסטעפּס (ענגליש: Footsteps; יידיש: פוסטריט) איז אן אמעריקאנער אידישער ארגענעזאציע אין ניו יארק וואס טוט צושטעלן בילדונג, פרנסה געלעגנהייטן און געזעלשאפטליכע חיזוק פאר די דאזיגע אידן וואס ווילן אויספריווען און זיך ארויסזעהן פון די פארמאכטער איזולירטער טייל פון די חרדישע וועלט אוואו זיי ווערן געבוירן און אויפגעצויגן, עס העלפט מענטשן וואס ווענדן זיך צו זיין אויף זייער אייגען אינציאטיוו און וואס זיכן מאראלישע הילף און שטיצע פאר זייערע לעבן'ס באדערפענישען צוגעפאסט צו זייערע כוחות און גלויבונגן.
www |
עס איז אויסגעשטעלט פאר חרדישע בחורים און מיידלעך וואס ראנגעלן זיך מיט זייערע פרומע פאמיליעס און פריינט, און פרובירן זיך לעבן וועלטלעך. - און דער איבערגאנג און טויש פון אזויפיל פריינט און פאמיליע צו אזא פיינפולער עלענטקייט פון די גרויסע וועלט קען זיי אינגאנצן חרוב מאכן.
פוסטריט פרובירט זיך ארויסצושטעלן אלס נישט אנטי-רעליגיעז אדער קעגן אידישקייט, בלויז אלס א תמיכה גרופע פאר חרדישע איגענט וואס וויל אויסוועלן אליין'ס זייער לעבנסשטייגער און נויטיגן זיך אלס לעבנסוויכטיגקייט אין הילף צוליב דעם וואס זייערע אלטע פריינט און פאמיליע ווילן זיי נישט קענען צוליב דעם וואס די תורה זאגט אז מ'דארף האסן און שטראפן א חוטא און מחלל שבת.
זי איז געווארן געגרינדעט דורך א לובאוויטשער מיידל וואס אירע עלטערן זענען געווארן בעלי תשובה און זי איז צוריק געווארן א חוזר בשאלה. עס האט אויך פילע פסיכיאטערן פון געוועזענעם סאטמארן חסידות וואס זענען געווארן אפגעפארן און העלפן ארויס פרישע אפגעפארענע גייסטיש זיך אן עצה געבן מיט זייער לעבן.
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן- פוטסטעפס זייער היים בלאט.
- אן אפהאנדעלונג אין ענגליש אויף פוטסטעפס
אידישע וואולטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.
אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשױנט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פֿוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה • שרשרת • תומכי שבת •