ליבי פאלאק (געב' תשמ"ח) איז א פאפּולערער פיגור און יידיש-רעדנדע פרוי אין די חסידישע און יידישע אינטערנעץ וועלט, און איינע פון די באקאנטסטע פיגורן אין דעם "חסידיש יידיש" פייסבוק בלאט און אויף די "קאווע שטיבל" פייסבוק בלאט.‏[1]

ליבי פאלאק
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך קאמיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אלס מיידל

זי איז געבוירן צו חסידישע עלטערן און אויפגעוואקסן אין די פרומע וויליאמסבורג געגנט אין ברוקלין. זי איז אן אייניקל פון קאשויער רב.

צו זעקס יאָר האָט ליבי אָנגעשריבן איר ערשטע ליד. און צוליב אירע ספעציעלע טאלאנטן פלעגט זי אייביג אנפירן אין שולע מיט די שרייבן טעטיגקייטן.

זי איז א געלערנטע און טאלאנטפולע פרוי און זי שרייבט כסדר קאמישע חידושים און תורות אויף פעיסבוק און טוויטער וואו זי האט גאר אסאך נאכפאלגער.

זי קען גוט די שפראכן יודיש (בעיקר די חסידישע), ענגליש און לשה"ק. אויך האט זי א גוטן חוש פאר פאעזיע.

זי איז זייער אן איידעלע, קלוגע און צוגעלאזענע פרוי וואס דאס מאכט איר זייער באליבט ביי מענטשן. זי האט א ציל צו דערפרייען מענטשן מיט אירע רייד און קיינעם צו טשעפּן. און ס'איז ממש צום באוואנדערן ווי ווייט זי לאזט זיך אראפ צו יעדן וואס ווענדט זיך צו איר און הערט אויס יעדנס מיינונג מיט אן אויסערגעווענדליכע עניוות.

איהר'ס א פאעט איז געווען געדרוקט אין די יוגנטרוף דזשורנאל פון 2013.

זי צינדט חנוכה לעכט
רעדט צו די מידיע ביי א או. טי. די. פראטעסט

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. חסידיש יידיש, ביי "פארווערטס"