עי-טיים (A-Time) איז א היימישע ארגעניזאציע, וואס העלפט ארויס אידישע משפחות וואס ליידן פון אומפרוכפערקייט, דורך עצות, הילף צו טרעפן דאקטוירים אין נאך.

פון צייט צו צייט מאכן זיי שבתים פאר די פארפעלקער ווי זיי הערן עצה והדרכה און חיזוק,

דער מייסד פון דער ארגאנאזיציע איז הרב שאול ראזען, דער פרעזידענט איז משה פישער פון ברוקלין.

הרב בנימין לאנדא, דער טאהשער דיין, איז געווען זייער אקטיוו ביי דער גרינדוג אז ס'זאל זיין אלעס כהלכה; זיי האבן נאך רבנים וואס זיי באראטן זיך אלע הלכה שאלה'ס.

עי-טיים פירט אן א געלטשאפער, וואס הייסט "שס-א-טאן". דאס ארבעט אז צענדליגער אידן נעמען זיך אונטער צו לערנין צווישן זיי גאנץ ש״ס אין איין טאג לזכות די אלע אידן וואס ווארט.ן פאר הילף בזרע של קיימא, און פיל פון זייערע ידידים זענען מנדב לכבוד די לומדים. דאס ברענגט אריין הונדערטער טויזנטער דאלאר יעדע יאר. אין דעם געוויסן טאג קומען זיך צוזאם אלע לומדים און לערנין במשך דעם טאג גאנץ ש״ס, און דערנאך פייערט מען א שיינעם סיום. דער ברסלבערר משפיע הרב מוטא פראנק איז זייער נאנט מיט דער הנהלה פון עי-טיים ער קומט פערזענליך מיטהאלטן און רעדן.

אויך אין ענגלאנד האט עי-טיים א פיליאל מיטן זעלבן צוועק, און זיי שאפן געלט מיט זייער אייגענעם ש״ס-א-טאן.

וועבלינק

רעדאַקטירן


אידישע וואולטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

 

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשױנט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פֿוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •