פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 7
- שוועקי'ס טעיפ "לשם שמים" איז שוין ענדליך דא אין די געשעפטן, חדשות אנש עולם הנגינה באשרייבט אן אנאליז איבערן טעיפ, און געבט ארויס אן עקסקלוסיוו אודיאו פון די אריגענעלע מוזיק אראנדזשירונגען רעקארדינג פונעם ניגון "טאטע". (עולם הנגינה)
- א בליק אויפן באיאנער רבי שליט"א'ס פאטער וואס איז פאריגע וואך נפטר געווארן. ווער איז די מאדערן ארטאדאקס משפחה לבית רוזשין? וויאזוי ביידע קינדער פליען אין הימל? און וויאזוי דער ישיבה אוניווערסיטעט לערער און אקעדעמיע אינטעלעקטואל האט מוותר געווען אויף די אדמו"רות און דאס איבערגעגעבן פאר זיין קליין קינד. אן איבערבליק אויף די ספרים לעבן און שאפן וואס איז ווייט פון חסידות אבער דאך נישט געווען קיין סתירה לגבי די כבוד וואס די חסידים האבן אים צוגעטיילט אלס נומער 2 אין באיאן. (הארץ)
- שיכון סקווירא: ריזיגע פייער ברעכט אויס אינמיטן דער נאכט און פארברענט א גרויסן אפארטמענט הויז, 17 משפחות געבליבן אן א דאך.(האדסאן נייעס)
- איין בילד מער פון טויזנט ווערטער: ר' משה אריה פרידמאן איז נישט געגט, דא איז געווען א בייזוויליגער ציוניסטישער פראפאגאנדע לשון הרע. (בחדרי חרדים)
- הרב אלישיב מאכט פרום דעם בית הדין הגדול אין ארץ ישראל. (הארץ)
- ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער, קריסטין קווין און נאך 10 קאנסיל מעמבערס לעבן איבער ראקעט אטאקע אויף די אייגענע הויט, ביי באזוך אין ארץ ישראל וויליזש שדרות, וואס שטייט אויס די סארט אטאקעס טעגליך. קיינער פון זיי איז געשעידיגט. (ניו יארק פאוסט)
- איראן קאמיטעט וואס פארשט צי די חורבן אייראפע האט אמל פאסירט, זאגט צו אייראפע: געבט אונז די עדות אז עס איז פארגעקומען... (הארץ)
- סענאטאר ר' יוסף ליבערמאן: אמעריקע ברויך ארויפלייגן א נייעם שטייער אויף אירע איינוואוינער, מיטן נאמען, מלחמה קעגן טעראר שטייער. (עי.בי.סי.)
- ארץ ישראל: דאקטער געפינען ערמארדעט אין זיין קאר אויף טויט. (די מארקער)
- בריטני ספירס אין אינטערוויאו מיט לערי קינג: איך לערן תורה מיט מיין אידישען מאן. (ען.עפ.סי.)
- אגודת ישראל רופט צו באפרייען אידישען שפיאן, יונתן פאלאראד פון טורמע. (זשעי.טי.עי.)
- אור שמח פארברייטערט זיך אין מאנסי. (זשעי.טי.עי.)
- אשכנזישער הויפט רב, הרב יונה מעצגער, באגעגנט הינדו פירער אין אינדיע. (זשעי. פאוסט)
- שכיר חרב מערדער וואס איז געדונגען געווארן דורך ראביי צו הארגענען זיין אייגן רעביצן איז זיך מתוודה פאר די מעדיע. (פאקס נייעס)
- יאזעף געבעלס היים צו פארקויפן פאר 2 מיליאן דאלער. (ניו יארק סאן)