לערי קינג

אמעריקאנער זשורנאליסט

לערי קינג (ענגליש: Larry King; געבוירן לייבל זייגער דעם 19טן נאוועמבער 1933) איז א אמעריקאנער טעלעוויזיע און ראדיא פערזענליכקייט און פילם אקטיאר וועלכער האט געווינען פארשידענע אויסצייכענונגען פאר זיין ארבעט.

ער האט אנגעהויבן אין די פופציגער יאהרן אין פלארידע אלס לאקאלער זשורנאליסט און אינטערוויוער, ביז אין די זיבעציגער יאהרן ווען ער איז געווארן זייער פאפולער און געהאט זיין אייגענע שוי אויף סי ען ען און שפעטער אויף האלא.

ביאגראפיערעדאַקטירן

ער איז געבוירן אום א' לחודש כסליו תרצ"ד אלס לייבל לארענס הארווי זייגער צו יודישע ארטאדאקסישע עלטערן אין ברוקלין, ניו יארק - וואו ער איז אויפגעוואקסן.

זיין טאטע, א אימיגראנט פון עסטרייך, איז געשטארבן יונגערהייט און דער יונגער לייבל איז געגאנגען ארבעטן אין א רעסטאראנט צו העלפן שפייזן זיין פאמיליע.

קינג האט במשך זיין לעבן חתונה געהאט אכט מאל, דאס ערשטע מאל אין עלטער פון אכצן יאהר צו פרידא מילער.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לערי קינג