פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 יאַנוואַר 22
- גרעסטער רעפארם אידישע ענציקלאפידיע איז סקעפטיק צו משה רבינו האט טאקע עקזיסטירט אין רעאליטעט, אדער סתם א פאלקס לעגענדע (וויינעט)
- קרית יואל אין שאק: בחור אומגעקומען אויף טראגישן אויפן מיט עלעקטערישער זעג. (וויקינייעס)
- חסידישע מוזיק: מרדכי בן דוד ארבעט אויף נייע אלבאם וואס וועט אנטהאלטן בלויז יידיש נגינה. (בחדרי חרדים)
- ירושלים: פאנאוויטש בחור שטארבט ארויסקומענדיג פון חברס חתונה אין תמיר דורך קומענדיגן באס וואס פארט אים איבער. (בח"ח)
- בארא פארק: באנק רויבעריי אויף נארט פארק ביי 47 קארנער 13 עוועניו. געלט עקספלאדירט מיט רויטע טינט גנב יאגט אפ אין ווארטענדן קאר. - בילדער. (בח"ח)
- קאר זשעקינג אין הארץ פון בארא פארק אין גאן פוינט. ביי מנהל פון א מוסד. (וואס איז נייעס)
- ירושלים: כינוס אין חב"ד געפלאגט פון מחלוקת ווען רעדנער, טאטע פון געשטארבן קינד, קריטיקירט בית דין פון אנטימשיחיסטען, און גאז באמבע עקספאלדירט אין זאל. (שטורם)
- עימיש פאסטא באקומט השגחה פון סטאר K. (וויינעט)
- יתד נאמן אטאקירט משפחה (מאגאזין) פארן אפדרוקן קינה פאר די כולל ווייבל וואס דארף ברענגן פרנסה אין שטוב, אבער טאר זיך נישט אויסלערנען א געהעריגער פאך. משפחה אנטשולדיגט זיך פאר די ליינער אז דאס איז געווארן אויסגעטיישט ווי קריטיק אויף די רבנים. (ען.אר.דזשי.)
- ארטיסטען פירן דורך קושען פייט אין וויליאמסבורג. (מעטרא)
- איראק: מיטן טויט פון סאדאם כוסעין, רעליגיעזע פרייהייט קערט זיך צוריק: דער עולם נעמט זיך צוריק צו פילגשים וואס דער דיקטאטור האט פארבאטן צו פראקטיצירן. (עם.עס.ען.בי.סי.)
- איזראעלי פריי טאג צייטונג הערט אויף צו ערשיינען נאכדעם וואס בעלי בתים שעלדאן איידלסאהן און שלמה בן צבי זענען אין געריכט איבער פארלוסטען פון שווערע מיליאנען. (גלאובס)