טינט איז א פליסיקייט געמאכט פון שטויב וואס ווערט צוגעשטעלט צו וואסער אדער אויל עס צו מאכן פליסיג. טינט ווערט גענוצט צו פארבן בילדער און שרייבן טעקסט.

טינט האלטערס אין דריי פארבן

היסטאריע

רעדאַקטירן

אמאליגע צייטן פלעגט מען מאכן טינט פון געוויסע זאלצן וועלכע האבן אנטהאלטן אייזן און זיך אדער בליי. מען האט אויסגעארבעט די עלעמענטן און דאס צוגעשטעלט צו וואסער אדער אויל און אזוי האט מען געהאט טינט.

פארשטייט זיך אז עס איז נאר געווען שווארצע טינט און מען האט נאך אפילו נישט געהאט קיין השגה פון מאכן קאלירטע טינט. היינט ווערן אלע ערליי טינט און פעינט געמאכט פון כעמיקאלן. אלענספאל, ווערט די טינט געמאכט אין א שטויב וואס ווערט אנגערופן אין ענגליש א "פיגמענט". צו יעדע סארט טינט ווערט די פיגמענט געמישט מיט אן אנדערע פליסיקייט, געוואנדן צו וואס מען וויל עס נוצן.

טינט סארטן

רעדאַקטירן

בדרך כלל זענען פאראן 3 ערליי טינט. טינט פון א פעדער, טינט פאר פרינטערס, און פאר צייכענונגן. יעדע סארט פון די טינטן ווערן געמישט אויף אן אנדערע וועג. טינט פאר פעדערס איז גאר שטארק קאנצעטרירט און איז געמישט מיט קלעב און אויל עס זאל נישט פרייערהייט ארויסרינען פון די פעדער. טינט פון פרינטערס זענען זייער פליסיג ווייל עס דארף טאן א שנעלע ארבעט.

קאלירטע טינט איז אויסגעטראפן געווארן ערשט אין ענדע 18'טן יאר-הונדערט. קאלירטע טינט קען אנטהאלטן ביז 15 אנדערע אינהאלטן (אינגרידיענטס) און איז א שווערע פראדעצור צו מאכן. עס זענען נאר פאראן דריי קאלירטע טינט וועלכע מען מאכט: געל, רויט, און בלוי. די איבעריגע קאלירן ווערן געמאכט פון צוזאמענמישן די קאלירן (צום ביישפיל: פון בלוי און געל ווערט גרין. פון רויט מיט געל ווערט אראנזש. פון רויט מיט בלוי ווערט פוירפל א.א.וו.).


זעט אויך

רעדאַקטירן

פעדער