פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 20
- היימישע קרעטשמע וועבזייטל ערקלערט: אז מעמבערס ערוויילן הויפט סייט אדמיניסטראטור, צוויי וועטעראן שרייבער קעגנער מיט די ניקס "יגר סהדותא" און "גרויזאמער" זענען געלאפן פארן אמט, און "גרויזאמער" האט דאס געוואונען מיטע א מערהייט. [1]
- חנוכה טראגעדיע אין חב"ד: דריי אינגע בחורים אומגעקומען אין שווערן עקסידענט, נאך 4 פארוואונדעט, ווען זייער ווען וואס האט געהאט מנורה אויפן דאל לפירסומי ניסי, אויף דעם וועג צו א מחנה צבאי צו משמח זיין סאלדאטען לכבוד חנוכה פארלירט קאנטראל און דרייט זיך איבער 3 מאל. - בילדער און אנאליזען. [2]
- פרעזידענט בוש טרעפט זיך מיט אידן אין חינוך לכבוד חנוכה ארויסצוברענגן אז אונזער מלחמה אין איראק, ווי נס חנוכה, איז צו לערנען מאראלען מיט אינגע מענטשען. [3]
- וואטערבוירי ישיבה קויפט אפ ריזן געביידע פאר דארמיטארי קווארטיר פאר די בחורים. [4]
- קאנטינענטל ערילייןס ערקלערט: ארץ ישראל איז אונזער מערסטע פראפיט רוט. [5]
- געזונט: נייע שטודיע צייגט אז פיווער איז גוט פאר אייך: עס העלפט ארויס די אימיון סיסטעם צו אנווייזן פאר די ווייסע צעלן צו אידעטיציפירן דעם אנטצינדונג און ניוטראליזירן דעם אינפעקציע. [6]
- הגאון ר' מענדל שאפראן, פון די גרעסטע חושן משפט דיינים אין ארץ ישראל שרייבט בריוו פאר זיין קליענט קלעצקין אז ער איז יא גרייט זיך צוציהערן צו בית דין, אנטקעגן די פסק פון עדה החרדית בית דין אז ער הערט זיך נישט צו צו זיי. [7]
- ביד"ץ עדה החרדית שטעלט זיך צו צי זאלי סאטמאר בית דין פון ברוקלין און שאקעלן זיך אפ פון די נטורי קרתא וויזיט אין איראן האלאוקויסט קאנפארענץ. [8]
- איראניש: עקסטרעמע רעכטע ציוניסטישע צייטונג דשואיש פרעסס, אפלאדירט סאטמאר פארן פארדאמען נטורי קרתא. [9]
- אין דער עולם התורה: מירער ראש ישיבה, ר' שמואל בירנבוים אריינגעפירט אין שפיטאל אינמיטן שיקאגא וויזיט. ר' משה שטערנבוך ראב"ד העדה החרדית דאווענט ביים כותל המערבי. [10]