פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 19
- ניו יארק פאוסט: נייער געזונטהייט דעפוטאט אונטער דעם אריינקומענדיגן גאווערנער עליעט ספיצער איז אונטער געקויפט און משוחד פון די 2 חרדישע עסקנים ר' יונתן יוסף מענצער און ר' יוסף גאלדבערגער פון פאפא. [1]
- מאנטשעסטער: הונדערטער חרדישע, צוזאמען, מיט פרייע אידן. האלטן אפ שטורמישע פרטעסטען אין פארענט פון הויז פונעם משגיח פון ישיבה תורת חסד, הרב אהרן כהן שליט"א, פארן זיך באטייליגן אין איראן האלאוקאויסט קאנפערענץ. - בילדער. [2]
- הרב אברהם זרביב שליט"א, דער ספרדישער אלטער בחור תלמיד פון ישיבה קול תורה, פון די אקטיווע ירושלים קנאים. וואס אין איז געווארן ארעסטירט בשייכות צום קלעצקין פרשה באקומט פסק פון פרומע ריכטער אז אויב ער טוט נישט אן עלעקטאראנישע קייטללעך אין שבת ביי זיין הויז ארעסט מוז ער צוריקגיין אין טורמע. באקומט גרויס חיזוק פון אלע רבנים און גייט אין טורמע. [3]
- אנקעטע: לוד בן גריון עירפארט דער בעסטע פון 40 עירפארטס פון גאנץ אייראפע. [4]
- אל על פליגער געכאפט אויף קאמערע אין די לופטן אין שבת טראץ אינטעסיווע פארהאנדעלונגען מיט חרדים. [5]
- ישראעיר פוילט זיך נישט; און קאפיטליזירט אויף אל עלס פראבלעם מיט חנופה צו חרדים עד קאמפיין; אונטערן לאזונג תורה בישראעיר היא. [6]
- באבוב 48: חסיד פון ר' מרדכי דוד אונגער ארויסגעטראגן פון ר' בן ציון האלבערשטאםס טיש מיט שלעק. [7]
- פרעזידענט בוש געבט מעדאל פון עהרע צו 3 אידן אין ווייסן הויס צערעמאניע; נתן שאראנסקי וואס איז געווען א פרייהייט קעמפער פאר אידן און געשמאכט יארן אין רוסישע תפיסה; וויליאם סעפייער דער געוועזענער קאנסערוועטיווער שריפטשטעלער פאר פרעזידענט ריטשערד ניקסאן און דעם ניו יארק טיימס; און זשאשוע לעדערבערג, א הויפט סייענטיסט פאר אסאך פרעזידענטן. [8]