פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 1
- מלחמה איבער די ירושלים ווענט קומט צו אן ענדע מיט טויט קלאפ פאר קלעצקין אין מאה שערים: ביד"ץ עדה החרדית קומט ארויס מיט פסק פון רוב חברים, (אחוץ ר' מאיר בראנסדארפער און די גאב"ד ר' טויביה ווייס) אז וויבאלד קלעצקין וויל נישט צוריק ציען זיינע געריכטליכע אנקלאגעס קעגן זיינע שלעגער וואס האבן אים געשלאגן, טאר מען זיך מער נישט באנוצען מיט זיין קאמפאני צו קלעבן צעטליך. [1]
- זעלבע רבנים רופן אויך די קנאים נישט צו פארברענען און וואנדאליזירן פארמעגן אדער מענטשען בשעת די מוחאות. [2]
- בילדער פון נארוואס געפארטיגעט הערליכער מקווה אין כינע בעדזשינג, אנטהאלט אויך שוויץ באד און מאסאזש צימערן. [3]
- קאנטרי: איחוד באגעלוי קאלעני וועט צאלן בלויז 20,000 אין שטייערן אנשטאט 70,000 דאלער א יאר. [4]
- מאנסי: פאליציי פארשפרייט בילדער פון גנבים וואס האבן בארויבט היימישען געשעפט און געשלאגען ארבייטארער. [5]
- דילעמא ביי חרדישע צייטונגען אין ארץ ישראל אויב צו פאשפרייטן איבער די זוכונגע פון א היסטארישער שעדליכער רעיפיסט וואס איז אנטלאפן פון ארעסט. משפחה (מאגאזין) איז מפרסם א בילד פון אים נאכדעם וואס מען האט אים געזען אין חרדישע געגענט אין צפת, איינזעהנדיג אז די סכנה אז ער זאל פארגעוואלדיגען א חרדישע ווייבל אדער מיידל איז פיל פאכיג מער ווי די סכנה אז די חרדישע ליינער וועלן ווערן קארופטירט פון אזא מעלדונג. [6]
- ירושלים: חרדישער משוגענער אינגערמאן ארעסטירט אין רחוב יחזקאל נאכן שטעכן אן אראבער. [7]
- פייוו טאונס און פאר ראקעוועי: ריזן ווייסן שול, וואס איז מער מאדערן פון געגענט ווערט אויסגעשפילט, זענען אין טאלקס מיט טורא קאלעזש דאס אפצוקויפן. [8]
- חבד שליח איז קעגן נייע פריוואטקייט געזעץ וואס מאכט שווערע פאר אים צו וויסן וועלכער פאציענטען זענען אידן, כדי זיי צו מקרב זיין צו אידישקייט. [9]
- צדיקים אין להם מנוחה בעולם הזה: חבדסקער קאבאליסט ראש ישיבה קבר יוסף הצדיק אין שכם ר' יצחק גינזבערג שליט"א, קען נישט זיין ביי אייניקלס לוויה צוליב עירפארט סטרייק וואס האט פאראלאזירט און פארשפארט ארץ ישראל. ביים הספד ווערט ארויסגעברענגט די ווייטאגליכער פאקט אז ביים ברית פון אינגן נפטר איז די זיידע אויך נישט געווען ווייל ער איז געזעצן אין טורמע פאר זיינע רעכטע אקטיוויטעטען פאר שלימות הארץ. [10]
- סקווירא רבי באזוכט לעיקוואד, ליטוואק האלט נישט אויס וויאזוי רעביס באקומען דארטן כבוד מלאכים פון די ליטווישע מבקשים, ווארפט פאשקעווילען אויפצוקלערן אז די רעביס זענען מבטל תורה מיט קוויטעליך. [11]