צפון ים
דער צפון ים איז א ים וואס גרעניצט זיך מיט גרויסבריטאניע (סקאטלאנד און ענגלאנד) צו מערב, מיט פראנקרייך, בעלגיע, האלאנד און דייטשלאנד צו דרום און מיט דענמארק און נארוועגיע צו מזרח.
ער איז באהאפטן צום אטלאנטישן אקעאן דורכן נארוועגישן ים אין צפון און מיט דעם ענגלישן קאנאל אין דרום דורך דעם דורכגאס פון דאווער, וואס איז איינער פון די מערסט באשעפֿטיגסטע ימען מיט שיפֿן אין דער וועלט. דער סקאַגעראַק באהעפט דעם צפון ים מיטן באלטישן ים.
דער צפון ים האט א וויכטיקן פֿישעריי.
דער צפון ים איז באוויליקט מיט פיל גאז און נאפט וואס די אייראפעאישע לענדער איבערהויפט נארוועגיע שעפן פון אים.
דער העלגאלאנד ארכיפעלאג געפינט זיך אין צפון ים.
געאגראפיע
רעדאַקטירןטייכן וואס גיסן אריין אין צפון ים
רעדאַקטירןצווישן די טייכן וואס גיסן אריין אין צפון ים זענען דער טיי (ביי דאנדי), דער פֿארט (ביי עדינבורג), דער טיין (ביי דרום שילדס), דער וויר (ביי סונדערלאנד), דער טיס (נישט ווייט פון מידלזברא), די עלבע (ביי קוקסהאוון), דער וועזער (ביי ברעמערהאַוון), דער ריין און דער מאַז (ביי ראטערדאם), די סכעלדע (ביי פֿליסינגען), דער טעמז און דער האַמבער (ביי האַל).
דער קיל קאנאל באהעפֿט דעם צפון ים מיטן באלטישן ים.