מוסטער:Portal:Current events/2007 מאַרץ 16
- סאטמאר מחלוקת: 4 אפעלאט ריכטער וואס האבן דעם פארגאנגענעם זומער גע'פסקנט לטובת די זאלונים, באפעלן די העכערע געריכט אין אלבעני זאלן אנעמען די אפיעל פון די אהרונים און ווידער דן זיין די נושא, וויבאלד עס זענען נולד געווארן געזעצליכע פראגעס, וואס טוט מעגליך שטעלן זייער ארגינעלע פסק אין א פראגע צייכן. (נו יארק סטעיט קארט #1, נו יארק סטעיט קארט #2, כל העולם כולו)
- חרדישער אפגעפארענער געגטער זוהן פון סידני רב, פילםט נאקעט חרדים אין מקוה. ווייזט דאס דערנאך פאר אינגערע בחורים, וואס זענען אנטלאפן פון ישיבה צו אים אהיים, אויך אוועק צוגיין פון אידישען וועג, אלס א האמאסעקסואלער פארנאגראפיע סעסיע, בשעת ער רורט זיי אן די אונטערשטען, און זיי פארמסורען אים פאר משמרת הצניעות, וואס מישט אריין פאליציי, אז ער האט זיי באלעסטיגט. ריכטער פאראורטיילט: אז וויבאלד, קרבנות ברויכען נישט רעדן אין געריכט, ווייל באשולדיגטער איז צו אלעם מודה, ער טענהט בלויז צו זיין פארדייטיגונג אז אינעם חרדישען לעבןס שטייגער איז מען נישט מחנך איבער סעקס ממילא האט ער נישט געוויסט אז עס אזוי הארב די עבירה, דעריבער איז דאס בלויז 7 חדשים תפיסה. (סקופ)
- ארץ ישראל קאר עקסידענטס: מתנחלישער רב מיט רעביצען טויט, אבערלאזענדיג 8 יתומים, עלטסטער קינד 15 יאר און אינגעסטער 3 חדשים שווער פארוואונדעט. 3 אנדערע קאר עקסידענטס אויפן זעלבן הייוועי צו די זעלבע צייט, אויפן וועג פון ירושלים קיין קרית ארבע חברון, הצלה וואלענטורען פרובירן ראטעווען די קרבנות אונטער האגל פון שטיינער שיסעריי פון אראבער. (וויינעט)
- פירער פון וועלט אידישען קאנגרעס אפגעזאגט פון אמט, דורך איר פרעזידענט עדגער בראפמאן. (ניו יארק טיימס)
- חסידישער סייענטיסט טויט פון קאר עקסידענט פון שיכור דרייווער. (אלגעמיינער)
- רוף צו באָיקאָטירן קאָקאַ-קאָלא צוליב ריזיקע גזילה פון אַ אידישע פאַמיליע אין עגיפּטן. (אלגעמיינער)
- ר' שלמה שמיר, קאלומניסט פארן אלגעמיינער זשורנאל באשולדיגט: פרומע אידן מאַכן זיך נישט וויסנדיק וועגן חורבן אייראָפּע. (אלגעמיינער)
- ישראל איז אַ גן עדן פאַר זשורנאַליסטן, זאָגט נחום ברנע, געווינער פון 2007 מידיאַ-פּרייז פון ארץ ישראל. (אלגעמיינער)
- אומרוען פון סקינהעדס אין אונגערן. (סי.ען.ען.)
- הגאון, ר' נסים קארעליץ איז מגייר שנעל און פלוצלינג חשובע חרדישע משפחה וואס וואונט אין קרית ספר, נאכדעם וואס מדינת ישראל איז אוריפגעקומען אויף די שפורען, אז כאטשיג זיי לעבן ווי גהעריגע אידן שומרי תורה ומצוות כדת משה וישראל לכל דבר, און די טאטע פון די משפחה איז גאר א מגיד שיעור און די מאמע איז גאר א לערערען ביי חרדישע מוסדות. זענען זיי געווען פאלנע גוים לכל דבר אין זיך קיינמאל דורך די פראצעס פון גיור. (הצופה)
- ידיעות אחרונות רעפארטער פאר חרדישע ענינים פארלירט זיין זשאב נאכדעם וואס וויכטיגע באריכט פון ירושלים ערשיינט נישט אין צייטונג. (ען.אר.זשי.)
- פוס פון אינגל פארוואונדעט אין קאר צוזאמשטויס אין ניו סקווירא. (זשורנאל ניוז)
- באקענט זיך מיט די אידישע ביליאנערען אין אייראפע. (אי.זשעי. פרעס)
- האליוואוד אקטיארען קויפען אפ דירות פונעם חרדישען ביליאנער, לב לבייבס ריעל עסטעיט דעוועלאפמענט אין לאוער מאנהעטן. (וויינעט)
- האליוואד אקטיארען ווילן דוקא עסן אין כשרע רעסטוראנטען אין ניו יארק סיטי. (וויינעט)