מוסטער:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 10
- פארווארד שטעלט דעם סאטמארער רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים אלס איינע פון די 50 מערסטע איינפלוסרייכע אידן פון יאר וואס פארעמען אויס אמעריקאנע אידישקייט. צוליב זיין נצחון אין געווינען געריכטליכער פאוער פון וויליאמסבורג סאטמאר קהילה ארויס פון זיין עלטערן בורדערס האנט. [1]
- ענדגלידטיג; צוליב פחד פון אראבישע טעראר; קדושת ירושלים זיגט: האמאסעקסואלען קענסעלן דעם תועבה מארטש און עדה החרדית געבט ארויס איסור אויף די קנאים צו פראטעסטירן. [2]
- סאטמאר פראטעסט קעגן תועבה מארטש ווערט א פראטעסט קעגן רבנים. [3]
- ר' דודי זילבערשלאג נעמט אוועק די קרעדיט פון דעם נצחון פון די עדה החרדית פראטעסטן און זאגט גאר אז די גור'ע רבי האט זיך ארויסגעוויזן אלס דער קלוגסטער אידישער פירער צוליב זיין שווייגען. [4]
- דער אידישיסט בלאגער ר' שלום בערגער איז פויל צו ענדערן אבער האט טענות אויפן אידישען וויקיפעדיע פארוואס מען מעלדט די נייעס אבער ר' זשאו ליבערמאן נייע שטארקע פאליטישער כוח זייענדיג א זעלבסטשטענדיגער ערוויילטער סאנטור אין א כמעט אייניג צעטיילטער סענאט צווישן 50 לינקע און 49 רעכטע פארטייאישע פאליטיקער. אויך האט ער טענות פארוואס מען שרייבט די תורה טערמין פון תועבה, אויף די געיז שטאלץ פאראדע. [5]
- הויפט שס חבר הכנסת ערקלערט: מען ברויך שיקן אלע געיז קיין סדום און עמורה; הויפט פאליציי שעף לויבט אויס חרדים פארן ארויסווייזן נאציאנאלע אחריות און אפרופן פראטעסטן כאטשיג זיי האבן גארנישט באקומען אין אויסטויש דערפאר. [6]
- ר' שמולי בוטח קריטיקירט אלע 3 רעליגיעס אויף זייער צוגאנג צו תועבה מארטש: די אמאריקאנע קריסטען שרייען אז די געיס זענען די גרעסטע סכנה פאר פאמיליע לעבן, בשעת ווען זיי זענען קוים 5 פראצענט פון געזעלשאפט און פארהוילן זיך פון די דראסטישע נומערן פון גט'ען אין אמעריקע וואס צוברעכט פאמיליעס אין פאקט נישט בלויז אין טעאריע; די אראבער פארדאמען די געיז בשעת ווען זיי זענען שטיל ווען זעלבסט מערדער עקספלאודירן מאמעס מיט זייערע בעיביס צוזאמן; די אידן פארדאמען די געיז אלס דער גרעסטער סכנה פאר ארץ ישראל בשעת ווען ליובאויטשער רבי האט געזען די שלום מיט די פאליסטינער אלס די גרעסטע סכנה... און תועבה שטייט 122 מאל אין די תורה אויף פארשידענע מינע עבירות, און די אידן האבן זיך נאר ארויפגעכאפט אויף איר הארבקייט ווען עס קומט צו געיז. פארוואס?. [7]
- וואס ענטפערן די קנאים עלטערן פאר זייערע קינדער אויף זייער וואונדער ווען זיי פרעגן ווער זענען די תועבה מענטשן וואס מ'קעמפט אזוי קעגן זייער תועבה מארטש? הארץ טרעפט די ענטפער אין פאשקעווילען אויף די ווענט אין מאה שערים וואס שרייט מאמי היט מיך פון די פעדעפיילען וואס קומען קיין ירושלים אין די מאסן צו באלעסטיקען אונז די קליינע קינדער!! [8]
- רעפארם ראבייס פארדאמען בהמות מארטש אין ירושלים. [9]
- ר' יוליש קרויס; דער קעניג פון די קנאים; ממלא מקום פון ר' יודא משי זהב ווערט געזוכט דורך זשורנאליסטן און פאליציי נאך זיין סוסעספולער קאמפ אפצושטעלן די תועבה מארטש. [10]
- פלעטבוש: מען זוכט אידישע עדות; וואס האבן מיטגעהאלטן אדער געזען עפעס פון די אידישע אטאקע קעגן אן אראבער. [11]
- ניו יארק: 3 חרדישע וויליאמסבורג עסקנים פייערן מיט דעמאקראטישער פארטיי [נצחון]]: ר' יונתן יוסף מענצער; ר' משה דוד נידערמאן; און ר' אברהם יעקב פרידמאן. - בילדער. [12]
- אידישער טשאפעל אנגעקלאגט פאר דיסקרימינאציע ווייל זיי זענען [טייער]ער פון די גויאישע טשאפעלס. [13]
- לעיקוואד: חרדים ווערן ענדליך פטור פון אנטיסעמיטישער פאליציי שעף. [14]
- ווידעראמאל: אידישער שולע פארברענט אין פראנקרייך דורך אנטיסעמיטען. [15]