לאדזש
Łódź
ליכט פעסטיוואל 2017
ישראל פאזנאנסקי פאלאץ, מאנופאקטורא צענטער
פאבריטשנא סטאנציע, פיעטרעקאווער צענטער סטאנציע
געוועזענע קראפט סטאנציע, פיעטרעקאווער גאס
דער ווייסער פאבריק
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 1423
קאָאָרדינאַטן 51°47′N 19°28′E / 51.783°N 19.467°E / 51.783; 19.467קאארדינאטן: 51°47′N 19°28′E / 51.783°N 19.467°E / 51.783; 19.467
וואויוואדעשאפט לאדזש
בירגערמייסטער האנא זדאנאווסקא
שטח 293.25 קוואדראט ק"מ
הייך 162-278 מעטער

 ‑ אין שטאט

728,892‏  (שטייענדיג 2011)
צײַט זאָנע UTC+1
www.uml.lodz.pl

לאָדזש (פויליש: Łódź) איז די דריטע גרעסטע שטאט אין פוילן, מיט א באפעלקערונג פון 742,000 מענטשן אין 2009. די שטאט געפינט זיך אין צענטער פון פוילן, דרום־מערב פון ווארשע, און איז די הויפטשטאט פון דעם לאדזשער ראיאן. אינעם 19טן יארהונדערט האט לאדזש זיך אנטוויקלט פון א קליין דארף צו א שטאט פון טעקסטיל פאבריקאציע, און מ'האט אים גערופן דעם "פוילישן מאנטשעסטער". איינער פון די פירנדיקע איניציאטארן אין דער טעקסטיל פאבריקאציע אין דער שטאט איז געווען ישראל פאזנאנסקי, וואס האט אויפגעשטעלט גרויסע פאבריקן מיט ארבעטער וואוינונגען ארום זיי.

אין יענער תקופה איז געווען דער שטאטס־רב דער באוואוסטער רב אליהו חיים מייזל.

פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האט די יידישע געמיינדע אין לאדזש געציילט צווישן 225,000 און 233,000 נפשות, און איז געווען די צווייטע גרעסטע יידישע קהילה אין פוילן נאך ווארשע. די קהילה האט געהאט א פארצווייגט יידיש חינוך נעצווערק, יידישע צייטונגען און א יידישן טעאטער. בשעת דער מלחמה האט מען פארשפארט די יידן אין דער לאדזשער געטא, וואס איז געווען די ערשטע געטא אין פוילן, און איינע פון די מערסטע באוואוסטע געטאס אין דער געשיכטע פון חורבן אייראפע.

אין דעם 'לאדזשער פנקס' האט דערשיינט א רשימה פון צענדליקע קהילות וואס האבן געהאט שולן און בתי מדרשים אין דער שטאט. צווישן די גרעסטע געמיינדעס זענען געווען די חסידותן פון גער, אלעקסאנדער, איזשביצע-ראדזין און חב"ד.

היסטאריע

רעדאַקטירן

לאדזש ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אום 1332. אום 1432 האט לאדזש באקומען די רעכטן פון א שטאט.

נאך דעם ווינער קאנגרעס אום 1815 איז לאדזש געווארן א טייל פון קאנגרעס פוילן.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן

אין דעם 19טן יארהונדערט האט אנטוויקלט אין לאדזש די טעקסטיל אינדוסטריע צוליב די גוטע קוואליטעטן פונעם שטאטישן וואסער. צוליב דעם וואוקס פון דער אינדוסטריע, פלעג מען רופן לאדזש דעם "פוילישן מאנטשעסטער". פון א באפעלקערונג פון 13,000 אין 1840 איז לאדזש געוואקסן צו מער ווי 500,000 אין 1913. פאר דער ערשטער וועלט מלחמה איז לאדזש געווארן איינע פון די ענגסטע באפעלקערטע שטעט אין דער וועלט, מיט 13,280 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ. אין 1990 און 1991 איז די טעקסטיל אינדוסטריע שטארק אראפ, און היינט איז נישט געבליבן אין לאדזש קיין איין גרויסער טעקסטיל פירמע.

טראנספארט

רעדאַקטירן

לאדזש אין פילמען

רעדאַקטירן

א טייל פון פאוועל פאווליקאווסקי'ס פילם אידא האט מען געמאכט אין לאדזש.

יידישע קהילה

רעדאַקטירן

צווילינג שטעט

רעדאַקטירן

לאדזש האט די פאלגנדע צווילינג שטעט:

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Stuttgart official website, 23 Mar 2008 (ארכיווירט 13.09.2008 ביי דער Wayback Machine)מוסטער:Dead link
  2. Partner Cities of Lyon and Greater Lyon. © 2008 Mairie de Lyon. דערגרייכט דעם 21 Oct. 2008.
  3. Kaliningrad -Partner Cities. © 2000–2006 Kaliningrad City Hall. דערגרייכט דעם 8 Dec. 2008.
  4. Twin towns of Minsk. © 2008 The department of protocol and international relations of Minsk City Executive Committee. דערגרייכט דעם 8 Dec. 2008.
  5. Tel Aviv sister cities (Hebrew). Tel Aviv-Yafo Municipality. דערגרייכט דעם 19 Jan. 2008.
  6. Vänorterorebro.se (ארכיווירט 27.07.2009 ביי דער Wayback Machine)
  7. Sister Cities of Los Angeles


וועבלינק

רעדאַקטירן