לאדזשער וואיעוואדעשאפט
|
די לאדזשער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo łódzkie וואיעוואָדזטווא לאדזקיע), אויך לאדזשער גובערניע איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין צענטראל פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 18,219 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 2.48 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז לאדזש (696,503); אנדערע פרינציפעלע שטעט זענען פיעטריקאוו (74,694) אין דרום, פאביאניץ (66,265) לעבן לאדזש און טאמאשאוו (63,601) אין מזרח.
זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער לאדזשער, שעראדזער, סקערנעוויצער און פלאצקער (טייל) וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דער הויפטשטאט און גרעסטער שטאט, לאדזש.
לאדזשיע גרענעצט זעקס אנדערע וואיעוואָדעשאַפטן: מאזאוויער וואיעוואדעשאפט] צו צפון און מזרח, שווענטאקזשיסקיע צו דרום-מזרח, שלעזיע צו דרום, אפאלע צו דרום־מערב, גרויספוילן צו מערב און קויאוויע-פאמעראניע צו צפון (א קורצער שטיק).