אלעקסאנדער (הויף)
אַלעקסאנדער איז א חסידישער הויף וואס שטאמט פונעם שטעטל אלעקסאנדער לעבן לאדזש אין פוילן. ביזן חורבן איז פוילן געווען דער צענטער פונעם הויף, און עס האט אַריינגערעכנט בערך 100,000 חסידים פון אלע שאטונגען. דורכאויסן חורבן איז דער חסידות שווער געשעדיגט געווארן ווען רוב חסידים זענען אומגעקומען על קידוש ה' צוזאמען מיטן רבי'ן דער 'עקידת יצחק', און דאס חסידות איז נאכדעם נאך נישט צוריקגעקומען אין קוואנטום צו איר היסטארישע שטעלע.
דער היינטיגער רבי איז רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, דער הויף ציילט היינט אין איר הונדערטער משפחות, רוב פון זיי אין ארץ ישראל און אין אמעריקע.
דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט אין בני ברק, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף דער אחיעזר גאס.
היסטאריע
רעדאַקטירןדאס חסידות אין פוילן
רעדאַקטירןדער יסוד פון דער אלעקסאנדער הויף איז אין די פשיסחא חסידות, געגרינדעט דורך רבי יעקב יצחק פון פשיסחא "דער איד הקדוש", וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין. אין די לעצטערע יארן פונעם לעבן פון זיין רבי'ן האט ער אנגעהויבן פירן א קבוצה חסידים, וואס אנדערש ווי אנדערע חצירות פון יענער תקופה, איז נישט געווען קיין אונטערשייד צווישן פשוטע מענטשן און די חשובע בני עליה. נאך דער פטירה פון רבי יעקב יצחק, איז זיין תלמיד רבי שמחה בונים פון פשיסחא באשטימט געווארן צו זיין דער מנהיג העדה. אין די דאזיגע יארן האט זיך פארגרעסערט דאס מחלוקת, צװישן די תלמידים פון דעם רבי'ן פון לובלין, און דער פשיסחא הויף. נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונים האבן רוב חסידים געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי, אבער ער האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און זיין ארט איז אנגעפילט געווארן דורך רבי יצחק פון ווארקא, וואס האט אויסגעטראטן דעם ווארקא דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. ער איז באקאנט אלס דער "אלטער ווארקער רבי". נאך זיין פטירה איז די הנהגה אריבערגעגאנגען צו זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון גריצא. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון רבי יעקב לאָרבערבוים פון ליסא זצ"ל בעל נתיבות המשפט. און נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער רבי׳ן פון ווארקא, רבי מנחם מענדל פון ווארקא באקאנט אלס דער "שתקן", און ווערט גערופן דער "יונגער ווארקער רבי". ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו רבי דוב בעריש ביאלער, וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "שנות השובע", טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".
נאך זיין פטירה אין תרל"ו איז רבי יחיאל דאנציגער, דער זון פון רבי שרגא פייוויל פון גריצא, געווארן אויפגענומען צו דער הנהגה, ער איז דעמאלט געווען רב אין שטאט פילץ, און נאך עטליכע יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן אין דער שטאט אלעקסאנדער. רבי יחיאל איז געווען באקאנט אלס דער "שרף", ער איז באוואוסט מיטן נאמען דער "אלטער רבי" פון אלעקסאנדער. ער איז נפטר געווארן י"ד שבט תרנ"ד.
ר' יחיאל'ס ארט איז אנגעפילט געווארן דורך זיין עלטסטער זון רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער. ער איז געווען באקאנט מיט זיין גרויס חכמה און ענווה. רבי יעקב אריה פון ראדזמין האט געזאגט אז ער האט געהאט די נשמה פונעם אור החיים הקדוש. דער ישמח ישראל איז נפטר געווארן כ"ט טבת תר"ע, און נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אין זיין בארימטן ספר "ישמח ישראל".
נאך זיין פטירה, האבן די מערהייט פון אלעקסאנדער חסידים געקרוינט דעם אינגערן ברודער פונעם ישמח ישראל, רבי שמואל צבי דאנציגער, וועלכער איז נפטר געווארן כ"ט תשרי ה'תש"ג. ער איז געווען באקאנט מיט זיין גרויס אהבת ישראל און ענווה. זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "תפארת שמואל".
א קליינע צאל חסידים האבן אנגענומען די הנהגה פון רבי אהרן צבי לאנדא, זון פונעם רבי'ן רבי דוב בעריש מביאלא, אבער ער איז נפטר געווארן פּלוצים בלויז מיט עטליכע חדשים שפעטער און עס האט אים איבערגענומען זיין ברודער רבי אלימלך מנחם מענדל לאנדא, וועלכער איז אריבער אין שטעטל סטריקאָוו און דאָרט געגרינדעט דעם סטריקאָווער הויף.
דער דריטער ברודער פונעם ישמח ישראל און דער בעל תפארת שמואל איז געווען רבי בצלאל יאיר דאנציגער, וועלכער האט געפראוועט אין דעם 'גרויסן שטיבל' אין לאדזש.
נאך דער פטירה פון דעם תפארת שמואל איז זיין זון רבי יצחק מנחם דאנציגער געקרוינט געווארן אלס רבי. אונטער דער פירערשאפט פון רבי יצחק מנחם, איז געגרינדעט געווארן א נעץ פון ישיבות מיטן נאמען "בית ישראל" אויפן נאמען פונעם ישמח ישראל וואס האט אריינגענומען אין זיך טויזענטער בחורים לענגאויס אלע שטעט איבער גאנץ פוילן. דער עקידת יצחק איז געווען א מחותן מיט די סאכאטשאווער, סלאנימער און אסטראווצער רבי'ס.
ווען די נאציס זענען אריין אין פוילן איז ער אנטלאפן קיין לאדזש, און פון דארט קיין ווארשע וואו ער איז געבליבן צוויי יאר. אויסשליסנדיג די אנטלויף פלענער וואס די חסידים האבן אנגעגרייט, זאגנדיג "בתוך עמי אנוכי יושבת, מיט די חסידים וואס מיר האבן געלעבט מיט זיי וועלן מיר שטארבן". כ"ג אלול תש"ב איז ער אומגעקומען על קידוש ה' אין דעם טרעבלינקע טויט לאגער. אַ טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "עקידת יצחק". די איבריגע ספרים און כתבים זענען פאַרלוירן געוואָרן אינעם חורבן.
זינט דער ענדע פונעם 19טן יארהונדערט האט זיך דער אלעקסאנדער הויף פארברייטערט אויף גאר א גרויסן פארנעם, און האט זיך געציילט אלס איינער פון די צוויי גרעסטע הויפן אין פוילן (צוזאמען מיט חסידות גער). די אלעקסאנדער רבי'ס זענען געשטאנען אין שפיץ פון דער חסידישער באוועגונג אין פוילן און זייער איינפלוס אויפן אידישן ציבור אין פוילן איז געווען גאר גרויס. די חסידים האבן געגרינדעט הונדערטער שטיבלעך לענגאויס יעדער שטאט איבער פוילן און אזוי אויך א ישיבה און שטיבלעך אין ארץ ישראל. אין דער זעלבער צייט איז דער אלעקסאנדער הויף אויך געווען פארמישט אין א לענגערן קאנפליקט מיטן גערער הויף, אויף אזעלכע ענינים ווי אויפנעמען רבנים און שוחטים, און אין די שטאטישע לאקאלע וואלן פאר דער הנהגה פון די קהילות. דאס האבן איר צענטער נעבן דער שטאט לאדזש, וואס איז געווען דער אינדוסטריעלער צענטער פון פוילן און וואו עס האט געוואוינט א גרויסע אידישע קהלה, האט בייגעשטייערט צו דער פארשטארקונג פונעם חסידות.
אין די יארן ווען די בריטישער מאנדאט האט געהערשט אויף ארץ ישראל זענען עטליכע הונדערט אלעקסאנדער חסידים ארויף זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און האבן געגרינדעט שטיבלעך אין תל אביב, אין חיפה, אין בני ברק ווי דאס אלעקסאנדער שטיבל איז געוועהן די ערשטע חסידישע שטיבל אין שטאט, אין רחובות און "ישיבת ישמח ישראל" אין ירושלים.
אגדות ישראל
רעדאַקטירןביים אנהויב פון די גרינדונג פון אגודת ישראל אין יאר תרע"ב האט דער תפארת שמואל אונטערגעשריבן מיט די אגודה, אבער קורץ דערנאך, נאכן מיטהאלטן ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, איז ער ארויס שארף דערקעגן. דורכאויס די יארן איז געקומען גאר שטארקע דרוק פון אסאך מאכטפולע פערזענליכקייטן אז אלעקסאנדער זאל אריינקומען אין דער אגודה, סיי ביים תפארת שמואל און סיי ביי זיין זון דער עקידת יצחק, אבער מיט דעם אלעם האבן זיי דאס קאטאגאריש אפגעווארפן און קיינמאל נישט אריין אין דער אגודה. די אלעקסאנדער הויף איז דאן געוועהן די פאָנטרעגער פון פרומקייט און קנאות איבער גאנץ פוילן, שטייענדיג ווייט פון פאליטיק.
אין יאר תרצ"ז איז פארגעקומען דער גרויסער כנסיה הגדולה אין מארינבארד, און די רבנים האבן דאן פארבעטן דער עקידת יצחק צו קומען רעדן, דער עקידת יצחק האט דאן אויפגעטרויטן מיט זיי באוואוסטער פלאמפייערדיגע דרשה[1], אין וועלכער ער האט געוויינט ביטערע בכיות אויף די גרויסע צרות און גזירות וואס האבן דעמאלטס געבלאזן. אבער אנדערש ווי עס האט אין אנהייב אויסגעזעהן, האט דאס ווייטער נישט נענטער געברענגט דאס אלעקסאנדער הויף צום אגודה, ווען נאך די כנסיה האט דער עקידת יצחק נאכאמאל שארף אפגעזאגט יעדער פרואוו אריינצוברענגען אלעקסאנדער אין אגודת ישראל, פארשטיין געבענדיג אז די דרשה איז געוועהן אן אויסנאם פילנדיג אז עס וועט זיין דערפון א תועלת, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו דערנענטערן צום אגודה. אזוי אויס האט דער אלעקסאנדער הויף נישט געהערט צו קיין שום פארטיי צווישן די פוילישן אידנטום, און האט זיך באטייליגט אין די וואלן אלס אן אומפארטייאישע חרדישע פארטיי.
די התחדשות פון דער הויף נאכן קריג
רעדאַקטירןדורכאויס די חורבן, איז דער אלעקסאנדער הויף געשלאגן געווארן גאר א שווער קלאפּ, ווען רוב פון די חסידים און צוזאמען מיט זיי דער רבי דער "עקידת יצחק" מיט אלע זיינע קינדער זענען אומגעקומען על קידוש ה'. שבת פרשת אמור תש"ז איז די חסידות ווידער אויפגעשטעלט געווארן אין ארץ ישראל. די שארית הפליטה פון אלעקסאנדער חסידים האבן מכתיר געוועהן רבי יהודה משה דאנציגער, דער איידעם פון רבי בצלאל יאיר דאנציגער וועלכער איז געשיקט געווארן קיין ארץ ישראל דורך זיין קוזין דער 'עקדת יצחק', זאגנדיג אז ער זעט שווארצע וואלקענעס איבער די הימלען פון אייראפע. אויך זיין שווער, רבי בצלאל יאיר, האט געשטיצט דעם ענין. אין אנהויב האט ער געוואינט אין ירושלים און געפירט זיינע חסידים אין דער אלטער שול אין שכונת בית ישראל, און שפעטער זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק. ער איז נפטר געווארן כ"ג אדר א' תשל"ג. ער ווערט אנגערופן דער "אמונת משה" אויפ'ן נאמען פון זיין ספר.
זיין פלאץ איז ערפילט געווארן דורך זיין זון רבי אברהם מנחם דאנציגער, וועלכער האט געפירט די חסידות 32 יאר ביז זיין פטירה י"ז אדר ב' תשס"ה. ער ווערט אנגערופן דער "אמרי מנחם" אויפ'ן נאמען פון זיין ספר.
ביי זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין זון, רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, דער יעצטיגער רבי. ער האט געלערנט אין סלאבאדקער ישיבה, און איז אן איידעם פון רבי משה בערגמאן, דער גרינדער פון ישיבת רשב"י. אין זיין צייט האט זיך די חסידות פארשפרייט און אנטוויקלט איבער דער גאנצער וועלט, און אסאך נייע שטיבלעך זענען געגרינדעט און אויפגעבויט געווארן, אין אמעריקע און אין ארץ ישראל און אייראפע.
דער הויף היינטיגע צייטן
רעדאַקטירןהיינט וואוינען הונדערטער משפחות אלעקסאנדער חסידים איבער דער וועלט. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין בני ברק און האלט אויס חינוך מוסדות איינשליסנדיג כוללים, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה; אויך שטיבלעך אין ירושלים, ביתר עילית, מודיעין עילית, עמנואל, אנטווערפן, ציריך, בארא פארק, לעיקוואד, מאנסי, סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן.
באקאנטע חסידים
רעדאַקטירן- הרב דוד דוב טאוב - רב אין שטאט דאבראזשינסק מחבר ספר "בנין דוד"
- הרב ישראל ניסן קופערשטוק - מחבר ספר "עני בן פחמא"
- הרב עזריאל חיים זאמלונג - רב פון שטאט אשעצק ארויסגעבער פון ספר עשר זכיות
- הרב מנשה פריימאן - מסדר ספר "ישמח ישראל" און פון די מנהלים פון די ישיבות "בית ישראל" אין אלעקסאנדער
- הרב שמחה אויבערבוים - פון די גאר חשובע חסידים
- יעקב פראגער - הויפט קאמפאזיטאר פונעם הויף אין פוילן
- געציל זיידה - הויפט קאמפאזיטאר פונעם הויף פארן קריג נאך יענקל פראגער
- הרב לייבוש מאקאווער - מגדולי החסידים נאכן קריג און ארויסגעבער פונעם ספר "תפארת רבותינו"
- הרב משה לענטשיצקי - ראש ישיבה פונעם ישיבה גדולה 'אמרי מנחם'
- הרב יהודה מאקאווער - הויפט קאמפאזיטאר פונעם הויף נאכן קריג און פון די פירערס פונעם ישיבה גדולה
- ירחמיאל מאשקאוויץ - משמש ביים "אמרי מנחם" און ביי דער היינטיגער רבי
- יעקב גוטערמאן - מעיאר פון שטאט מודיעין עילית אין ארץ ישראל
אלעקסאנדער בארא פארק
רעדאַקטירןאין יאר תשמ"ד, האבן עטליכע חסידים זיך אפגעטיילט און געקרוינט הרב יחיאל מנחם זינגער, זוהן פון רבי יעקב פייוול, זוהן פון רבי יצחק מאיר זינגער, רב פון שטאט אלכסנדר און איידעם פונעם תפארת שמואל, אלס אדמו"ר פון אלכסנדר בארא פארק. ער איז נפטר געווארן אין תשמ"ט און איז פארביטן געווארן דורך זיין זון, הרב יוסף יצחק מאיר זינגער. ער האט שולן אין בני ברק און אשדוד, און א כלל חסידי ישיבה "תפארת שמואל" אין בארא פארק.
דער דאנציגער בוים
רעדאַקטירןרבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצע | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי יחיאל דאנציגער אלטער רבי | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער ישמח ישראל | רבי שמואל צבי דאנציגער תפארת שמואל | רבי בצלאל יאיר דאנציגער לאדזש | |||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יצחק מאיר זינגער אב"ד אלעקסאנדער | רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער עקדת יצחק | הרב יהודה משה דאנציגער אמונת משה | |||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יעקב שרגא זינגער אסטראווער רב | רבי אברהם מנחם דאנציגער אמרי מנחם | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יחיאל מנחם זינגער אלקסאנדער רבי אין אמעריקע | רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער היינטיגער רבי | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
הרב יוסף יצחק מאיר זינגער היינטיגער אלקסאנדער רבי אין אמעריקע | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
[[קאטעגאריע:{{{1}}}]]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ געברענגט אין ספר עקידת יצחק עמוד קע"ד