סעגעד (שטאָט)
Szeged
Flag of Szeged.svg HUN Szeged Címer.svg
Tisza-szeged1.jpg
בריק איבערן טייס אין סעגעד
מדינה / טעריטאָריע Flag of Hungary.svg אונגאַרן
קאָאָרדינאַטן 46°15′18″N 20°08′42″E / 46.255°N 20.145°E / 46.255; 20.145קאארדינאטן: 46°15′18″N 20°08′42″E / 46.255°N 20.145°E / 46.255; 20.145
געביט דרום גרויסער פלוין
ראַיאָן טשאנגראדער קאנט
בירגערמײַסטער לאסלא באטקא
שטח 280.84 קוואדראט ק"מ
באַפעלקערונג (2012)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײַט

170,052‏
605.51 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1

סעגעד (אונגאריש: Szeged; דייטשיש: Szegedin; רומעניש: Seghedin; קראאטיש: Segedin; סערביש: Segedin, Сегедин) איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן (נאך בודאפעשט און דעברעצין), די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד. דער אוניווערסיטעט פון סעגעד איז איינער פון די חשובסטע אוניווערסיטעטן אין אונגארן. סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 170,052 מענטשן (2012).

געאגראפיערעדאַקטירן

סעגעד ליגט נישט ווייט פונעם דרום גרענעץ פון אונגארן, אויף ביידע ברעגן פונעם טייס ביים מויל פונעם מאראש טייך.

דער קלימאט איז קאלט אין ווינטער, ווארעם אין זומער, מיט ווייניג רעגן. די זון שיינט א סך שעה'ן אין יאר, דעריבער רויפט מען סעגעד "די שטאט פון זון".

יידן און יידישקייטרעדאַקטירן

 
די נייע שול אין סעגעד (געבויט תרס"ב)

כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון סעגעד איז אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע.

בארימטע מענטשן פון סעגעדרעדאַקטירן