לאס אנדזשעלעס
- דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט אין קאליפארניע. טאמער זוכט איר די שטאט אין טשילע, זעט לאס אנדזשעלעס (טשילע).
|
לאָס אַנדזשעלעס איז א שטאט אין דרום קאליפארניע, אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. 3,847,400 מענטשן וואוינען אין דער שטאט, און מער ווי 18 מיליאן מענטשן אין דער גאנצער לאס אנדזשעלעס ראיאן. די שטאט פארנעמט א שטח פון 1200 קוואדראט ק"מ. לאס אַנדזשעלעס האט די די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג פון אלע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך ניו יארק סיטי. זי איז די גרעסטע שטאט אין קאליפארניע.
היסטאריע
רעדאַקטירןדער נאמען לאס אַנדזשעלעס שטאמט פון שפאניש און איז טײַטש "די מלאכים". דער נאמען איז א פארקירצונג פונעם ארגינעלן נאמען פונעם ארט. לאס אַנדזשעלעס איז געגרינדעט געווארן אין 1781. אום 4טן אפריל, 1850 איז קאליפארניע געווארן איינער פון די פאראייניגטע שטאטן.
טשיקאוועסן
רעדאַקטירןלאס אַנדזשעלעס פארמאגט אסאך באקאנטע טשיקאוועסן. ס'איז פאראן אסאך לאנגע פלאזשעס, למשל וועניס פלאזשע, ווי אויך מוזייען, למשל די געטי מוזיי.
אינדוסטריעס
רעדאַקטירןלאס אַנדזשעלעס האט א גרויסע פילם אינדוסטריע, בעיקר אין האליוואד. מען פאבריצירט אויך מיליטערישע פליווארג דארטן. די שטאט איז אויך א צענטער פאר באנקירן.
געגנטן
רעדאַקטירןלאס אנדזשעלעס האט פארשידענע געגנטן, צווישן זיי:
- האליוואד.
- וועניס פלאזשע.
- ברענטוואד, וואו די גבירים וואוינען .
- פֿערפֿאקס, א יידישע געגנט.
- וועסטוואד, וואו ס'געפינט זיך די אוניווערסיטעט פון קאליפארניע לאס אנדזשעלעס (UCLA).
- דער סאן פערנאנדא טאל, א פארשטאטישער שטח וואו א סאך פערזישע וואוינען.