װיקיפּעדיע:טראל

(אַריבערגעפֿירט פון הילף:טראל)
דאס איז אן אפהאנדלונג. עס איז נישט קיין פאליסי און נישט קיין אנווייזונג עס איז בלויז א פערזענליכע מיינונג פון מערערע באנוצער וואס זענען מער ווייניגער מסכים צו די אמת פון איר אינהאלט.


אין וויקיפעדיע הייסט מען א טראל ווען מען וואנדאליזרט נאכאנאנד אבער מען איז גענוג קליג דאס צו טאן אז מען זאל קיינמאל נישט קענען אויפווייזן לויט די וואנדאל 12 קלארע פארשריפטן וואס עס איז פונטקליך א וואנדאל. אבער אויב טרעפט איר מער צייט ווי יענעם ווערט איר אייביג קענען אויפדעקן אלס וואנדאל און פון אים פטור ווערן.

א טראל איז אזוי שטארק פארגעשריטען אז ער קען זיך איבערקלוגן רוב נארמאלע באנוצער ווייל ער ליגט אין דעם און דאס איז זיין פאך, ווי למשל ער וועט קיינמאל נישט זיין קיין סאקפאפעט פון זעלבן קאמפיוטער כדי די טשעקיוזער פאנקציע זאל ביי אים נישט ארבייטן, דעריבער קען מען אים קיינמאל נישט ארויסבלאקירן געהעריג.

איינע פון די הויפט טאקטיקן פון א טראל איז צו צייגן יעדע רגע אז "איך בין דא", ער שפרינגט ארויס ווי א מיקי מאוז יעדע מינוט, און שרייבט וואס עס לאזט זיך. למשל א טראל וועט אייביג ליב האבן צו באגריסן נייע באנוצער מיט די מוסטער:שלום עליכם, אדער סתם אריינשרייבן א ווארט אין יענעמס בלאט. דאס איז איינע פון די הויפט סימנים פון א טראל, אז ער זוכט אריינצושטעקן זיין נאז ווי אימער ביי יענעם אין נאכט העמעד.

געוויינליך שרייבן זיי אויבן אויף נארמאלע זאכן אבער ווען מען האט זיי סוקסעספול אויפגעדעקט און אויסגעטאן נאקעט פאר יעדן ווער זיי זענען, ווערט מען געוואר גאנצעטע ארטיקלן וואס איז בלויז ליצנות שקר און פארפירעריש וואס מ'האט נישט געקענט כאפן בשעת ער האט דאס געשריבן.

אויך וועלן זיי שרייבן גוטע און געלונגענע ארטיקלן כדי צו שאפן דעם אימעיזש אלס מוראדיגע גוטע באטייליגער.

וויאזוי באגייט מען זיך מיט א טראל?

רעדאַקטירן

קודם איז דער כלל אז זיי האבן מער צייט. סא אויב איר האט נישט די גאנצע 24 שעה און 7 טעג מיט 365 טעג זיך א עצה געבן מיט זיי, הייבט נישט אן אפילו.

איצט וויבאלד איר האט אלע צייט פון די וועלט פאר דעם מקדיש געווען, קענט איר זיך איינהאלטן נישט צו ווערן ווילד, ווייל אויב וועט איר ענטפערן פאר אים ווילד האט איר אריינגעשפילט אין זיינע הענט אייך אויפרעגן. ענטפערט אים נישט בכלל, אדער ענטפערט אים ווי א מאמע פאר א קינד מיט רחמנות און ליבע, איר האט דאך די צייט, און די ליבע איז דאך פאר די הצלה פון וויקיפעדיע. דאן קענט איר זיך איינהאלטן פון נישט אים אנזידעלן, ווייל ער וועט נאכדעם ארויסנעמען אייערע ווערטער פון קאנטעקסט און דאס אויפשפילן און ציען מער ארגומענטס צו אים.

זייט נישט געזארגט א טראל זיכט נישט צו צאפן בלויז אייער בלוט ער וועט זיך אנשטויסן אין אנדערע אויך. און אויב זעהט איר אז ער רודפט אייך נאר דאן זאלט איר וויסן אדער זענען די אנדערע זיינע סאקפאפעטס אדער האט איר נישט די צייט אין די וועלט.

ער וועט טאן טריקס אייך צו פראוואקירן ווי למשל ער וועט זיך איינשרייבן מיט אן אנדערע נאמען און טאן עפעס וואס די שכל זאגט אז עס נישט שייך, און ווארטן איר זאלט אים אטאקירן. אבער האלט אייך איין און בוקמארקט דעם בלאט דאס צו פארעכטן ווען ער וועט שוין נישט זיין דא.

איצט פאר ווער עס האט יא צייט זיי אומשעדליך מאכן. דארפט איר אפשרייבן אלע טענות און אים ווארענען 3 מאל אויף יעדע פארברעך.

איינמאל איר זענט זיכער אז אייערע ווערטער זענען דברים היוצאים מן הלב שרעקט אייך נישט פון הייסן א טשעפעניאק נאר לייגט דאס אפיר אין וואלן בלאט פאר אן אפשטימונג מיט א רוף צום עולם אז מ'קען שוין נישט ווייטער אנגיין מיט דעם וואנדאל, אויב איז דאס טאקע רעכטפארטיקע ווערטער וועט דער קאמיוניטי אייך אויסהערן און מען וועט וואוטן מיט א רוב אים צו בלאקירן. ווי למשל דא [1]

פארשטייט זיך אז מען וועט אים נישט קענען גהעריג באלקירן ווייל איר האט נישט אויפגעוויזן אז ער איז א וואנדאל און ביז ווילאנג ער איז נישט קיין וואנדאל איז ער פונקט אזא באנוצער ווי די אנדערע. אבער מען וועט קענען אים שמאל מאכן אויף טריט און שריט ווי למשל:

אז מען וועט וויסן אז ער איז א טראל וועט מען זיך מער פאראמפערן מיט אים אין עדיט מלחמות וועט מען קענען בלאקירן די ארטיקלן ווי ער פארלייגט זיך, און אזוי ארום אים נישט לאזן אויספארעמען די ארטיקלן לויט זיין געשמאק.

הילף אינהאַלט