טראל (אינטערנעט)

אינטערנעט דריי-קאפ
(אַריבערגעפֿירט פון טראל)

א טראל איז אן אינטערנעט טערמינאלאגיע, אזא נאמען אויף איינעם וואס גייט אריין אין אן עטאבילירטן וועב סייט מער אפט א פארום, שמועס גרופע, און ער הייבט אן קריכן אויף די נערוון, אויפצורעגן די באנוצער מיט טשעפערייען, און פאלטשע טריקס זיי ארויסנעמען פון די כלים, דורך פארדרייען די שמועס, אדער אנדערע שטערונגען צום סדר, ביז זיין כוונה אין זיך באטייליגן אין דעם סייט ווערט קלאר למפרע אז מען וויל דאס שטערן.

דאקטוירים דיאגניזרן די סארטן אלס א מענטש וואס פירט זיך ווי א טראל איז געוויינליך אויסגעשפילט פון געזעלשאפט, נישט צוליב זיין ווייניג שכל, נאר צוליב אנדערע זאכן, צו ווייל שלעכטע מידות, צו ווייל ער איז ל"ע א מיאוסער מענטש. און ער נעמט נקמה אונטער אנאנאמיטעט ווי מקען אים נישט געבן א פראסק ער זאל זיך אפטראגן. און אפילו מ'זעהט אז די טראלס זענען דאך געלונגענע קאמיוניקירער און זיי ווייסן וויאזוי צו געווינען די דעבאטע אונטער סאקפאפעטס און אנדערע טריקס פון פאלטשע אידענטעטיס און עקשנות, ווייזט דאס נעבעך ווי טיעף זיי זענען קראנק, און מיט אביסל צייט און געדולד וועט איר אייביג אויפדעקן זייער פאלטשקייט און לויז ווערן פון זיי, פארשטייט זיך אז זיי זענען לוזער'ס דעריבער האבן זיי אייביג מער צייט ווי דער נארמאלער אינטערנעט באנוצער.


זעהט: װיקיפּעדיע:טראל