װיקיפּעדיע:פאליסיס און אנווייזונגען

לוא־פעלער אין יחידה:תבנית_מידע, שורה 265: attempt to call field 'wrapReport' (a nil value).

דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן

די וויקיפעדיע ענציקלאפעדיעס האבן זיך ערוואנדן א זאמלונג פון פאליסיס און אנווייזונגען וואס האבן ארויסגעהאלפן במשך די יארן אויף צו דערגרייכן דעם איינציגן געאיינזאמער ציל:

אונזער ציל מיט וויקיפעדיע איז צו שאפן א פרייע ענציקלאפעדיע. דערפאר טרעפט זיך אפט אויף וויקיפעדיע אז די פאליסיס אליין ווערן דורכגעשמועסט און דעבאטירט אויף די רעדן בלעטער. איעדער איז געלאדענט זיך צו באטייליגן.

באמערקונג אויף די פאליסיס פון די יידישע ענציקלאפעדיע: דאס רוב פאליסיס און אנווייזונגען זענען באזירט אויף די ענגלישע וויקיפעדיע, אחוץ פון עטליכע אויסנאמען. דאס איבערברענגען די אלע פאליסיס איז א לאנגע און שווערע ארבעט -- און איר זענט געלאדנט אין דעם צו העלפן. אין פאל ווי עס איז נישטא קיין קלארע פאליסי אין די יידישע וויקיפעדיע דארף מען זיך פירן ווי די פון די ענגלישע און די העברעאישע.

כאטש מיר פרובירן צו רעספעקטירן דעם געמיינזאמען מיינונג איז וויקיפעדיע נישט קיין דעמאקראטיע. צומאל ווערט עס אנגעפירט נישט לויט די אנגענומענע כללים.

דאך, אין כלל, א באנוצער וואס באווייזט א גוטע כוונה, ווייסט ציוויליטעט, זוכט דעם געמיינזאמען מיינונג, און ארבעט צו דערגרייכן א גוטע און הילפסבארע ענציקלאפעדיע וועט זיך אנטרעפן מיט א ווארימע און געמיינזאמע אטמאספערע. וויקיפעדיע טוט שטארק אנערקענען די שטרעבונגען וואס טוען יעדן צוהעלפן.

הויפט יסודות רעדאַקטירן

  1. וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע. איר ציל גייט נישט ווייטער פון דעם, און מאטעריאל וואס פארמערט נישט צו דעם ציל דארף ווערן ארויסגענומען.
  2. זייט נישט איינ-זייטיג. ארטיקלען דארפן געשריבן ווערן נייטראל, פארשטעלנדיג אלע מיינונגען אין דער נושא, נוצנדיג נאר פאקטן און אביעקטיווע אינפארמאציע.
  3. רעספעקטירט אנדערע מיטטיילער. די מיטטיילער אין וויקיפעדיע קומען פון פארשידענע ערטער און פארמאגן ברייט פארשידנארטיגע מיינונגען. זיך באגיין מיט אנדערע מיט רעספעקט איז דער שליסל צו מוצלח'דיגע צוזאמארבעטונג. (זעה: הילף:ציוויליטעט, הילף:מחלוקת פארלייזונג.)


קליק דא אויף וואס וויקיפעדיע איז נישט


גרונט פאליסיס רעדאַקטירן

 

זיך אויפפירן ציוויל. זיך אויפצופירן אומאיידל אדער נישט סענסיטיוו אדער זיך דעבאטירן אויף קלייניגקייטן מאכט אנדערע מיטטיילער אומאנגענעם און האלט צוריק וויקיפעדיע פון פונקציאנירן ווי עס דארף צו זיין. פרובירט אפצורעדן אנדערע פון זיין אומציוויל און זייט פארזיכטיג נישט צו באליידיגן מענטשן אומוועלנדיג.

נעמט אן אז מייסטענס מיטטיילער אויף א פראיעקקט פרובירן עס צו העלפן און פארבעסערן, נישט צו שעדיגן.

עס איז נישט ערלויבט צו מאכן פערזענליכע אטאקעס אויף קיין שום מענטש מיט קיין שום אויסרייד. אויב געפעלט אייך נישט אן ארטיקל, קריטיקירט דעם ארטיקל נישט דעם שרייבער.


 

שרייבן נייטראל. א יעדער ארטיקל, מוסטער, קאטעגאריע, פארטאל מוז זיין געשריבן הונדערט פראצענדיג נייטראל. מישט נישט אריין קיין אייגענע מיינונגען אדער איינ-זייטיגע אינפארמאציע. דעבאטעס זאלן ווערן באשריבן און אהערגעשטעלט מיט דעם זעה-פונקט פון אלע צדדים, און זיך צוריקהאלטן בתכלית פון ארויסברענגען א מיינונג לטובת איין צד.


 

קענען פעסטשטעלן. א יעדער פאקט מוז זיין גענצליך פארלעסליך. דער צייכן פון קענען פעסטשטעלן איז נישט אויב עס איז אמת, נאר אויב איז דא אויף דעם א פובליצירטער און פארלעסליכער מקור. דער אחריות פאר'ן שטעלן א מקור ליגט אויפ'ן שרייבער, נישט אויף דער וואס וויל עס אפמעקן.


 

וואנדאליזם. וואנדאליזם איז יעדער צוגאב, ענדערונג, אדער אויסמעקעכץ וואס איז געמאכט מיא א בייזוויליגע כוונה צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דעם ענציקלאפעדיע. וואנדאלן קענען ווערן אויסגעשלאסן פון וויקיפעדיע אויב מען נעמט נישט אין אכט די ווארענונגען. ענדערונגען אדער געמעקעכץ וואס זענען מיט א כוונה צו פארעכטן און פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע -- אפילו אויב זיי זענען נישט ריכטיג אדער פארלעצן די וויקיפעדיע פאליסיס -- הייסן נישט קיין וואנדאליזם.

וויכטיגע אנווייזונגען רעדאַקטירן

  דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.


  • זיי דרייסט. וויקיפעדיע טוט צורעדן אז מען זאל ענדערן מיט דרייסטקייט. וויקיס ווערן אנטוויקלט פיל שנעלער ווען באנוצערס טוען כסדר ענדערן און פארעכטן.
  • צייגט אייערע מקורות. צייגט אן פון ווי איר האט גענומען די אינפארמאציע כדי די פאקטן זאלן קענען ווערן באשטעטיגט.
  • קוקט איבער אייערע פאקטן. שרייב נאר פאקטן וואס זענען הונדערט פראצענט אמת. עס איז נישט גענוג אז איר מיינט עס איז אמת אדער כמעט זיכער אמת. דאס איז אויך א גרונטליכער חלק פון צייגן גוטע מקורות.
  • ענדערט לויט ווי מען באדארף. ווערט באקאנט מיט די אנוויזונגען פון ענדערן, און פאלגט נאך די כללים אויף צו ארבעט געמיינזאם אויף דער ציל פון וויקיפעדיע.
  • שרייבט אונטער אייערע קאמענטארן. נעמט אנטייל ווי עס פאסט און לאזט וויסן אייער מיינונג. ווען איר לאזט איבער אייערע קאמענטארן, פארגעסט נישט אונטע צו חתמ'ן מיט פיר טילדעס (~~~~). דאס וועט אוטומאטיש אריינשטעלן אייער באנוצער נאמען מיט דער צייט פון ענדערונג.
וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע