װיקיפּעדיע:ארטיקל באשיצונג

דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


אדמיניסטראטורן האבן די מעגליכקייט צו פארשפארן און צו באשיצען ארטיקלן ווען עס פעלט זיך אויס, סיי צוליב נאכאנאנדיג עדיט מלחמות אדער סתם וואנדאליזם.

וויבאלד די אקציע איז ווי א סתירה צום מיינונג פון א אפענע וויקיפעדיע, טאר דאס נישט געטאן ווערן לייכט, און אפילו דאס פעלט זיך אויס ליגט אן אחריות אויפן סיסאפ דאס צוריק עפענען צום ערשטן געלעגנהייט ווען עס שטילט זיך איין די פראבלעם.

ווען מען פארשפארט מוז מען דאס פארשפארן אין דעם לעצטן, נישט וואנדאליזירטן, ווערסיע. נישט צוריקדרייען צו א ווערסיע וואס איז אן אנדערן'ס מיינונג פו א עדיט מלחמה. - ווייל טאמער יא, נעמט איר א שטעלונג אין די עדיט וואר און דאן טארט איר שוין נישט פארשפארן דעם ארטיקל.

ווען מען פארשליסט אן ארטיקל מוז מען דאס איינמעלדן פאר יעדן דורך ארויפלייגן אדער א פולער באשיצונג {{פולער באשיצונג}}

10

דער ארטיקל איז אצינד באשיצט פון וועגן איבערג'חזרטע פארשטערענע ענעדערונגען.
איר קענט אויסארבעטן דעם ארטיקל אין זיין רעדן-בלאַט, און מיר וועלן דאס אקטואליזירן אינעם ארטיקל.


אדער א {{טיילווייזע באשיצונג}}

צוליב לעצטיגע וואַנדאַליזם איז דער אַרטיקל אַצינד צייטווייליג פֿאַרשלאָסן פֿאַר נישט אײַנגעשריבענע, אָדער נײַע באַניצער. איר קענט דערווײַל אויסאַרבעטן דעם אַרטיקל אין זיין רעדן-בלאַט, און אַנדערע איינגעשריבענע באַניצער וועלן דאָס אַקטואַליזירן. אדער טוט אייך שוין איינשרייבן און ווארט 4 טאג.


צוויי סארטן פארשליסונגען רעדאַקטירן

  1. גענצליך פארשפארט: אז בלויז סיסאפן קענען רעדאקטירן.
  2. האלב פארשפארט: אז בלויז ווער עס איז איינגעשריבן פיר טעג קען רעדאקטירן.

סיסאפן וואס זענען נוגע בדבר טארן דאס נישט פארשפארן רעדאַקטירן

וויבאלד א סיסאפ האט נישט קיין גרעסערע כוח ווי א נארמאלער באנוצער, איז אפילו אין זיין מיינונג הערשט דא וואנדאליזם אדער א עדיט מלחמה טאר ער עס דאך נישט פארשפארן, סיידן אויב ער האט רוב קאמיוניטי וואס האלט מיט אים אז ער איז נישט קיין נוגע בדבר.

איינער וואס איז א נוגע בדבר טאר נישט מחליט זיין וואס איז וואנדאליזם. ווייל ער קען זיין נישט גערעכט אין בייעסט פאר זיך יענעם צו באטיטולן שלא ביושר אלס וואנדאל דערמיט צו איינפירן חלילה צענזור.

אויפמערזאם! אויב דער סיסאפ איז מיטן שרייבער אין א רעדאקטיר קריג איבער דעם ארטיקל ווייזט פון דעם אויס אז עס איז דא אויף וואס זיך צו דינגען, און דערפאר טאר נישט דער סיסאפ פארשפארן די ארטיקל לויט זיין מיינונג. בלויז ווען דער סיסאפ איז נישט אין א ויכוח, אבער ער טוישט נישט יושר'דיקע אינפארמאציע, און א צווייטער דרייט דאס ווידער און ווידער צוריק, מעג דער סיסאפ פארשפארן דעם ארטיקל.

ווען מען איז א נוגע בדבר מוז מען בעטן אן אנדערן זאל דאס טאן (בלויז א פרעמדער סיסאפ מעג באשטעטיגן דאס צו פארשפארן, און צוריק דרייען צו דעם ווערסיע וואס איז לויט דעם פרעמדען סיסאפ די מערסטע יושר'דיגע). ווייל ער איז א נוגע בדבר און צווינגט ארויף זיין דעת אויף א מער שוואכערע באנוצער וואס קען נישט האבן די כוח. אויב ער האלט אז עס איז וואנדליזם און ער איז פונדעסוועקן אריין אין א עדיט-קריג קען ער גארנישט טאן נאר בעטן א צווייטן זאל דאס טאן און אויב ער טוט דאס אלייןס יא איז ער אן אביוזער וואס מ'וועט אים אוועק נעמען די שלעכעטע כוח צו דאס נישט מער קענען נוצען אויף אנדערע.

נוצינגען ווען און וויאזוי אפצושפארן רעדאַקטירן

  • אין פאל פון פארמערטע וואנדאליזם. פארשטייט זיך אז אויב דער אפשפארער איז א נוגע בדבר טאר ער נישט פסקענען אז דא טוט זיך וואנדאליזם, ווייל ער איז מסתם א ליגענער ווייל אדם קרוב אצל עצמו.
  • הויפט זייט, ווייל דאס זעהט יעדער, און מען דארף דאס היטן מער. און מען דארף נישט טוישן קיין אינפארמאציע ווייל עס איז נישט קיין ארטיקל, נאר בלויז א שער בלאט.
  • באנוצער בלאט - נאכדעם וואס מ'האט אים אויסגעשפארט. ווייל דאס ציעט מחלוקת אים צו טשעפענען און ער צו ענטפערן. און ספעלט נישט אויס ווייל ער איז סייווי א פארגאנגעהייט.
  • אין פאל פון א עדיט מלחמה וויל מען צווינגען ביידע צדדים זיך אפקילן און געבן צייט פאר ביידע אייניג זיך צו בארואיגען. פארשטייט זיך אז אויב דער אפשפארער האט א טייל אין די דעבאטע טאר ער דאס נישט אפשפארן.
  • באשיצען א ארטיקל וואס איז איצט אין די הייסע דעבאטע, און ציעט אפענע וואנדאליזם דאס צו פארדארבן. פארשטייט זיך אז טאמער דאס איז אין די נייעס איז מער געווינטשען דאס צו לאזן אפען און זיך אפגעבן אין פארעכטן די אלע טוישונגען. אזוי ארום דאס לאזן רייכער ווערן מיט אינהאלט.

זעהט ליסטע פון פארמאכטע בלעטער

הילף אינהאַלט



פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן