װיקיפּעדיע:רעדאקטירונג מלחמה

דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.
כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות.

א רעדאקטירונג מלחמה איז א זייער אפטער ערשיינונג ווען אימער א רבים ארבעט צוזאמען, ווערט א חילוקי דעות און עס הייבט אן אריינצוגיין אין נצחון, מען שלאגט זיך און הרג'עט זיך אן א שיעור, אין אנדערע מער אנטוויקלטע וויקיפעדיעס קען מען דאס גרינגער און שנעלער איינשטילן ווייל זיי האבן אסאך באנוצער, דערווייל אבער איז אונזער אידישער וויקיפעדיע צו ארים און אלעס איז 2 3 באנוצער מאכט זיך דאס מער. דאס ווערט אנגערופן חבלי לידה, וואס מיר ליידן זיך אן מיט פרייד, וויסענדיג אז יעדע וויקיפעדיע גייט דורך אין אנפאנג די שוועריגקייטן.

די מערסטע פארשפרייטסטע פארעם פון רעדאקטירונג מלחמות, דאס הייסט צוריקדרייען ארטיקלען אן א קורץ ווארט אויפקלערונג פאר נצחון, (אויסער א סיסאפ ווען ער שטעלט צוריק פון וואנדאליזם וואס ער איז נישט קיין טייל געווען איבער דעם ארטיקל און ער האט נישט קיין שום איצטיגע געפעכטן מיט יענעם באנוצער פון דעם געשלעג, פארשטייט זיך אז דאס מוז זיין קלארע וואנדאליזם) דעריבער האט וויקיפעדיע א פאליסי אין פלאץ זיך אן עצה צו געבן, און מינימיזירן די נאכאנאנדיגע מלחמות מיט דעם פראבלעם. עס הייסט װיקיפּעדיע:דריי-מאל צוריקדרייען, ווייל דורכדעם וואס מען מוז זיך מסביר זיין און אויפקלערן ווערט די ווילדע עקשנות אויטאמאטיש פארנאכלעסיגט ווייל מען מוז נוצען די שכל און הסבר זיך אויפצוקלערן. אז א באנוצער ברעכט דעם פאליסי ווייזט ער דאך ארויס אז ער וויל זיך נישט מסביר זיין אין זיין גאנצער עקשנות אינעם דעבאטע איז בלינדער נצחון, זעט דאך יעדער איינער אז זיין ציל איז נישט צום אמת נאר צום כבוד אדער אנדערע זייטיגע אינטערעסע אין ענין, וואס וויקיפעדיע דולדט נישט. ברויך דער יעניגער בלאקירט ווערן אז ער איז עובר אויף דעם פאליסי. ביז ער טוט תשובה און נעמט זיך פאר נישט צו ברעכן מער דעם פאליסי. דערווייל האט די פאליסי אויך נישט צופיל געהאלפן ווייל א נוגע בדבר טאר נישט בלאקירן זיין בעל מחלוקת אפילו יענער ברעכט פאליסי.

א סיסאפ וואס איז אינמיטן א רעדאקטירונג קריג מיט א צווייטן און בלאקט אים אויס איז דאס קעגן די וויקיפעדיע:אויסשפארן פאליסי און סיסאפ פארשריפטן, און ער האט אביוזד זיין כוח וואס מען דארף אים דאס אוועק נעמען נאכן ווארענען געהעריג.


הילף אינהאַלט



וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע
רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען


רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן