קורדן
קורדן זענען א עטנישער שבט שטאמענדיג פון די אינדא-איראנער. זיי האלטן זיך אז זיי שטאמען און באלאנגען צום ראיאן וואס ווערט גערופן קורדיסטאן, א געגנט וואס שפרייט זיך אויס אין איראן, איראק, סיריע און טערקיי.
קורדישע קהילות געפינען זיך אויך אין לבנון, ארמעניע, אזערביידזשאן, און אין די לעצטע צענדליגע יארן אויך אין אייראפע און אין אמעריקע.
עטניש זענען זיי קרובים צו א חלק פון די איראנער פאלק.
זיי רעדן אן אייגענע שפראך קורדיש.
מען ווייסט נישט און עס איז נישט דאקומענטירט פונקטליך פון ווי און וויאזוי זיי שטאמען און האבן זיך אנטוויקלט אין אנפאנג.
זיי ווערן גערודפט פונקט ווי די אידן ווי זיי גייען אין טערקיי הארגעט מען פון זיי שטיקער און אין איראק און אויך אין איראן פון אמאל.