אלעקסאנדריע

(אַריבערגעפֿירט פון אַלעקסאַנדריע)
אַלעקסאַנדריע
الإسكندرية‎
מדינה / טעריטאָריע עגיפטן
גרינדונג דאַטע 331 פֿצ״ר
קאָאָרדינאַטן 31°12′N 29°55′E / 31.200°N 29.917°E / 31.200; 29.917קאארדינאטן: 31°12′N 29°55′E / 31.200°N 29.917°E / 31.200; 29.917
שטח 2,679 קוואדראט ק"מ
הייך 5 מעטער

 ‑ אין שטאָט

4,870,000‏

אלעקסאנדריע (אַראַביש: الإسكندرية‎ אַל-איקסאַנדאַריאַ) איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין עגיפטן, נאך קיירא, מיט א באפעלקערונג פון איבער פיר מיליאן איינוווינער. זי געפונט זי אויף די ברעגעס פון מיטלענדישן ים, ביים אויסגאס פון נילוס. די שטאט געפונט זיך 208 קילאמעטער צפון מערב פון דער הויפטשטאט. אלעקסאנדריע איז די גרעסטע פארט שטאט אין עגיפטן.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די שטאט איז געגרינדעט געווארן דורך אלכסנדר מוקדון, אין יאר 334 א"צ, און איז גערופן געווארן אזוי, נאכדעם וואס אלכסנדר האט אזוי גערופן דעם שטאט. תלמי דער ערשטער , האט געמאכט דעם שטאט פאר הויפט שטאט. עס איז געווען באוויסט אלס גאר א שיינע שטאט, מיט פארקן און געביידעס, תלמי האט געבויט די גרעסטע ליכט טורעם אינעם פארט, עס איז נאכדעם געווען פון די זיבן וועלט ווונדער. ביז די אנהייב פון די ציילונג פון קריסטן, איז אלעקסאנדיע געווען א פארגעשריטענע און געלערנטע שטאט, איינער פון די קעניגן, האט אויפגעשטעלט דארט אן אוניווערסיטעט. אלעקסאנדריע איז געווען די צווייט גרעסטע שטאט, אין די רוימישע אימפעריע, און א ריזן האנדלס צענטער.

תלמי דער ערשטער האט געגרינדעט די ביבליאטעק, וואס האט לויט געוויסע אנטהאלטן, 700,000 געשריבענע מגילות. אין יאר 47 ווען יוליוס קייסער, האט איינגענומען עגיפטן, איז די ביבליאטעק פארברענט געווארן. מארק אנטאני, האט טיילווייז איבערגעבויט, און אויפגעשטעלט די ביליאטעק פונדאסניי.

מיטל אלטער ביז היינט

רעדאַקטירן

די פערסישע אימפעריע, האט איינגענומען די שטאט אין יאר 616, די ביזאנטישע אימפעריע, האט ארויס געשטויסן די פערסן. ביז ווען די אראבער זענען אנגעקומען, אין 640, נאך א באלאגערונג פון 14 חדשים, איז די ביבליאטעק נאכאמאל חרוב געווארן. און די מוסלמענער, האבן אריבערגעפירט די הויפטשטאט קיין קיירא. דאס האט געברענגט צו אן אפשוואכונג אין כח פון שטאט. שפעטער ווען מען האט געפונען די נייע וועג קיין אינדיע, דורך ארומקרייזן אפריקע, האט אלעקסאנדריע נאך מער פארלוירן, פון איר גלאנץ, וועגן געשעפטן.

אין די צייטן פון מאכאמעד עלי, ווען ער האט געוועלטיקט אין עגיפטן, האבן זיך זאכן געטוישט. ער האט אויפגעטעלט די שטאט פון פריש, מיט אינזשענירן געברענגט פון אייראפע. אין 1869 איז דער סועץ קאנאל געפנט געווארן, וואס האט פארקורצט די וועג צו די ווייטע מזרח, און אלעקסאנדריע איז געווארן א סטאנציע פאר די שיפן.

אלעקסאנדריע היינט

רעדאַקטירן

היינט איז די פארט נאך אלס א גאר וויכטיגע פארט. די אימפארט עקספארט פון עגיפטן, איז דורך אלעקסאנדריע. די וואסער פראנט איז 32 קילאמעטער לאנג, אויך איז גאז און נאפט ווערן ארויסגעשיקט פון אלעקסאנדריע.

א ביבליאטעק איז אויפגעשטעלט געווארן, איר ציל איז ווי אויפפרישן די אלטע פארלוירענע ביבליאטעק. אויך איז אין שטאט דער צווייטער גרעסטער אוניווערסיטעט אין עגיפטן.

יידן אין שטאט

רעדאַקטירן

אין די צייטן פון תלמי זענען שוין יידן געווען דארט, דארט איז איבערגעטייטשט געווארן די תורה צו גריכיש. אין די רוימישע צייטן, זענען 40 פראצענט פון שטאט געווען יידן, און אין צוויי קווארטלען פון שטאט, זענען אלע געווען יידן, פון פינף קווארטלען אין שטאט. די אנדערע איינוווינער זענען מערסטנס געווען גריכישע, אין יאר 38 האבן זיי דורכגעפירט פאגראמען, קעגן די יידישע איינוווינער. אין יאר 66, ווען די יידישע אויפשטאנד קעגן רוים האט אויסגעבראכן, אין ארץ ישראל. איז אויך אין קיירא געווען אן אויפשטאנד, ווי צענדליקע טויזנטער יידן זענען אומגעקומען, ווען די רוימער, האבן צובראכן דעם ווידערשטאנד. אין יאר 115 איז געווען נאך אן אויפשטאנד, ווי נאך אסאך יידן האבן פארלוירן זייער לעבן. די ביזאנטן האבן פארטריבן די יידן פון דער שטאט אין יאר 414.

אין צוועלפטן יארהונדערט, האבן געוווינט 300 יידן אין שטאט. אין ניינצטען יאר הונדערט, ווען אייראפעישע זענען אנגעקומען, איז די יידישע קהילה זיך צווואקסן, און נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, האבן געוווינט ארום 15,000 יידן אין שטאט. ווען ישראל איז געווארן זעלבסטשטענדיק, זענען די יידן ארויף קיין ישראל אין די נאכפאלגנדע יארן.

ליטעראטור

רעדאַקטירן

די ראמאן מיראַמאַר פון נאגיב מאכפוז פאסירט אין אלעקסאנדריע.