נילוס
נילוס איז א טייך וואס פליסט אין קאנטינענט אפריקע. אין פארגאנגענהייט ער איז גערעכענט געווארן אלס דעם לענגסטן טייך אין דער וועלט. אבער אויספארשונגען וואס זענען רעדאגירט געווארן לעצטענס, האבן געוויזן אז עס קען זיין אז דער אמאזאנאס טייך איז דער לענגסטער.[1] די לענג פון דעם נילוס איז 6,670 ק"מ, און זיין דרענאזש בעקן איז גרויס 2,870,000 קמ"ר, א צענטל פון אפריקע קאנטינענט פלאץ.
לאקאציע | |
---|---|
לענדער |
עטיאפיע סודאן עגיפטן |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 6,650 קילאמעטער (אין 2015) |
קוואל | ווייסער נילוס |
הייך פון קוואל | 2,700 מעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 2,830 קובישע מעטער א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 3,400,000 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | מיטלענדישער ים |
לענדער אין דרענאזש בעקן | טאנזאניע, רעפובליק פון קאנגא, עגיפטן, סודאן, אוגאנדע, דרום סודאן, עריטרעא, קעניע, דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא |
דער טייך איז א לעבן-הויפט-אדער פאר עגיפטן און סודאן. און דאס איז דער עיקרדיקער וואסער- ווארצל אין די אויסגעטרוקנטע שטאטן. דער נילוס האט צוויי ארגינעלע ווארצלן: דער ווייסער נילוס וואס הייבט זיך אן אין דער עקוואַטאָראַל אפריקע, און דער בלויער נילוס וואס הייבט זיך אן אין עטיאפיע.
די טייך נעמען
רעדאַקטירןאין אַראַביש ער הייסט نهر النيل (אנ-ניל טייך, געטייטש: הניל, טייך), אין תנ"ך ווערט ער דערמאנט אין נעמען "יאור", "נהר מצרים" אדער "שיחור" (ישעיה כ"ג 3 וכן ירמיה ב' 18). זיין היינטיקע העברעישן נאמען שטאמט פון גריכיש.
דער נילוס טיילן
רעדאַקטירןדער נילוס גייט אריבער דורך די לענדער אוגאַנדע, קעניא, די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאָנגאָ (אין פארגאנגענהייט זאַאִיר), עטיאפיע, סודאן און עגיפטן, ביי וועמען ער גיסט זיך אריין אין מיטלענדישן ים. ווייל זיין פלוס איז פון דרום-זייט אויף צפון-זייט.
די ווארצלען פון דעם בלויען נילוס, האט אפגעדעקט צו דער מאדערנער וועלט, דער בריטישער זשיימס ברוס אין יאר 1770. אויף דעם ווייסן נילוס ווארצלען איז געווען מחלוקת צווישן הער ריטשארד פראנסיס בערטאן, וואס ער האט געטענהט אז זיין ווארצל אין דער טאנגאניקע אזערע, און צווישן הער זשאן הענינג ספיק וואס האט געטענהט אז זיין ווארצל אין דער וויקטאריע אזערע. אין יאר 1875 הער הענרי מארטאן סטאנלי האט באשטימט אז דער טייך ווארצל איז פון וויקטאריע אזערע, ווייל פון טאנגאניקע אזערע גייט נישט ארויס א טייך אויף צפון-זייט ריכטונג.
דער ווייסער נילוס
רעדאַקטירןכאטשיק אז וויקטאריע אזערע ווערט גערעכנט צו דעם ווארצל פון נילוס, אבער אויכעט צו וויקטאריע אזערע גיסן זיך אריין א פאר טייכן. דער לענגסטער טייך-ארעם גייט ארויס פון ניונגוואו-וואלד (Nyungwe Forest) אין רוואנדע. ער פליסט דורך די טייכן רוקאַראַראַ (Rukarara), מוואגא (Mwogo), נייבאַראָנגאָ (Nyabarongo) און קאַגעראַ (Kagera) און גיסט זיך אריין אין וויקטאריע אזערע אין טאנזאניע לעבן דער שטאט בוקאָבאַ (Bukoba) וואס אירע איינוואוינער אפגעשאצט ארום-100,000 נפש.
דער ווייסער נילוס גייט ארויס פון וויקטאריע אזערע אין ריפאָן-פאַלן (Ripon Falls) לעבן דזשינזשאַ (Jinja), אוגאנדע, אין א נאמען "וויקטאריע-נילוס". ער פליסט ארום-500 ק"מ צו דער ריכטונג פון קיאָגאַ אזערע און פון דארטן צו אַלבערט אזערע. נאך זיין ארויסגאנג פון אלבערט אזערע, באקומט ער דעם נאמען "אלבערט-נילוס". ווען גייט ער ארויס פון אלבערט אזערע פליסט דער טייך קיין סודאן. אין דעם שטאט פאראייניקט ער זיך מיט א גרויסן טייך וואס זיין לענג איז כ-720 ק"מ, און באקומט ער דעם נאמען " דער ווייסער-נילוס". דער נאמען שטאמט פון א ווייסן מאטעריאל וואס ווערט געשמעלצט אין זיין וואסער. אין סודאן דער טייך ממשיך זיין צו פליסן ביז חאַרטאָם.
דער בלויער נילוס
רעדאַקטירןדער בלויער נילוס און דער ווייסער נילוס פאראייניקן זיך אין חאַרטאָם, (סודאן הויפט שטאט) און פון דארטן פליסט דער פאראייניקטער טייך דורך עגיפטן ביז דעם מיטלענדישער ים. אין וועג ער פארבינדט זיך מיט דעם עטברה-טייך. דער פארעם פון דעם נילוס-אויסגוס צו דעם מיטלענדישן ים ענלעך צו דעם גריכישן בוכשטאב דעלטע (Δ), און דעריבער די געגענט איז גערופן "דער נילוס דעלטע". מיט דעם נילוס וואסער, פליסט אויך א באדן-שיכט וואס זאמלט זיך איין אין דעלטע, וועגן דער אפשוואכונג פון דעם טייך-פלוס מאכטיקייט. די אפשווענקונג פאבריצירט אין דעלטע א פעסטיקע ערד-פלאץ, פרוכטפּערדיקע און גוטע פאר די לאנדווירטשאפט.
90% פון דעם וואסער, און -96% פון דעם באדן-שיכט פון דעם נילוס שטאמען פון עטיאפיע. 59% פון דעם וואסער שטאמען פון דעם בלויען נילוס. און די רעשט, פון דעם ווייסן נילוס, און פון פארשיידענע ריטשקעס וואס גיסן זיך אריין צום נילוס.
היסטאריע
רעדאַקטירןדער נילוס איז אלעמאל דער צענטער פון ציוויליזאציע אין עגיפטן.
די מאדערנע תקופה
רעדאַקטירןווען די בריטישע קראפטן זענען געווען אין עגיפטן ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט מען געניצט דאמפשיפן סיי פאר זיכערהייט סיי פאר טורויזם צו די פיראמידן און טעבע.
דער דעמאגראפישע איינפלוס פון דעם נילוס
רעדאַקטירןדער נילוס שניידט דורך דער שטאט חארטום, די הויפטשטאט פון סודאן, און די שטאט קאהיר. די צוויי שטאטן באציען זיך צו דעם נילוס ווי א קאנקרעטער לעבן-הויפט-אדער, ווייל ער איז דער איינציקער וויכטיקער וואסער-ווארצל אין א געגענט פון אן אויסגעטרוקענטער מדבר. און פאקטיש באמערקט מען אז די איינוואוינערס פארשפרייטונג אין עגיפטן און סודאן איז אזוי: אז דער גרעסערער טייל פון די איינוואוינערס, און רוב שטעט זיינען באזעצן אויף דעם נילוס ברעגן.
דער נילוס אין תורה
רעדאַקטירןדי ערשטע דערשיינונג פון דעם נילוס אין דער תורה איז אין אנהייב ספר בראשית (פרק ב, פס' י"א-י"ב) דארטן איז דערציילט אויף א טייך וואס דרייט זיך אין עדן, און טרינקט אן דעם גארטן (מ'מיינט צו גן עדן), לויט דער תורה דערציילונג, דער טייך שיידט זיך אפ אויף פיר טייכן, און איינע פון די טייכן איז דער נילוס - "שם האחד פישון הוא הסבב את כל ארץ החוילה אשר שם הזהב, וזהב הארץ ההיא טוב שם הבדלח ואבן השהם". און רש"י טייטשט אויפן פלאץ - "פישון, הוא נילוס נהר מצרים ועל שם שמימיו מתרבין ועולין ומשקין את הארץ נקרא פישון כמו ופשו פרשיו. דבר אחר פישון שהוא מגדל פשתן שנאמר בישעיה אצל מצרים ובושו עובדי פשתים".
די קומעדיקע טרעפונג מיט דעם נילוס איז ווען פרעה גיט צו די יידן זיך באזעצן אין לאנד גושן, וואס ווי זעט אויס זי איז די דעלטע פון דעם נילוס.
דאס אנדערע מאל וואס אין איר דעשיינט דעם נילוס איז אין אנהייב פון שמות, ווען יוכבד, משהס מאמע באהאלט אים אין א גומא קאסטן אין דעם נילוס, און לאזט זיין שוועסטער מרים צו זיך באהאלטן צווישן די טאטראק-פלאנץ און אכטונג צו געבען אויף אים.
לויט די פארזעצונג פון דער דערציילונג, משה רבינו איז אויסעצויגן געווארן פון דעם טייך דורך בת פרעה וואס זי איז געקומען צו זיך באדן אין טייך. איז דערציילט נאך אז דער עגיפטישער קעניג פלעגט אנקומען צום נילוס, און ס'זעט אויס כדי צו דערליידיקן זיך און צו זיך באדן. אויכעט די צען מכות וואס גאט האט געשלאגן אויף די מצריים זיינען פארבינדן מיט דעם נילוס (מכת דם, מכת צפרדע).
דער היינטיקער העברעישער נאמען נילוס שטאמט פון דעם גריכישן נאמען Νειλος, וואס פון אים האט זיך אנטוויקלט אויך דעם פרעמדשפארישער נאמען Nile.
וואסערדאמבעס
רעדאַקטירןאסואן וואסערדאמבע אין עגיפטן, איז אויפגעשטעלט געווארן אין צוויי פאזעס, אין-1902 איז אויפגעשטעלט געווארן די נידריקע אסואן וואסערדאמבע אדער די קליינע אסואן וואסערדאמבע. דער ערשטער פלאן פון דער וואסערדאמבע האט זיך אפגעדעקט נישט פאסיק, און זי איז אויפגעהויבן געווארן אין צוויי סעזאנען: 1907-1912, און-1929-1933. אין-1970 איז דערגאנצט געווארן דער בוי פון די הויכע אסואן וואסערדאמבע.
די וואסערדאמבע האט פאבריצירט א וואסער-איינזאמלונג וואס הייסט נאצער-וואסער-איינזאמלונג.
גאלעריע
רעדאַקטירן-
אויסבלוק אויפן נילוס פון א קרייסשיף, צווישן לוקסאר און אסוואן אין עגיפטן
-
א דהאשיף פארנדיג אריבער דעם נילוס נאענט צו אסוואן
-
זומפ אויפן נילוס
מקורות
רעדאַקטירןוויקיפעדיע אין העברעיש נילוס
הערות
רעדאַקטירן