שלום מאסקאוויטש
הרב שלום מאסקאוויטש באקאנט אלס שאצער רבי (י"ז כסלו תרל"ח 23סטן נאוועמבער 1877 - כ"ב טבת תשי"ח 14טן יאנואר 1958) איז געווען א רב אין שאץ, רומעניע, שפעטער אין קעלן, דייטשלאנד, און נאכדעם אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דער חסידישער געמיינדע און פיל געלייסטעט צום אויפבוי פון אידישקייט אין לאנדאן. ער האט איבערגעלאזט פיל אייניקלעך אדמורי"ם איבער דער וועלט.
געבורט |
23 נאוועמבער 1877 י"ז כסלו תרל"ח עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
14 יאנואר 1958 (אלט 80) כ"ב טבת תשי"ח לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך |
מדינה | רומעניע |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל שאץ, רומעניע, צו זיין פאטער הרב מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש פון סוליץ. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו און זיין פאמילע ציט זיך ארויס פון דער פרעמישלאנער גזע. מ'האט אים גערופן אויפן נאמען פונעם בעלזער רב, רבי שלום רוקח, פון וועם ער איז אויך געווען אן אייניקל.
איינער פון זיינע תלמידים אין שאץ איז געווען הרב מאיר שפירא, וועלכער האט שפעטער אויפגעשטעלט דעם בארימטן ישיבת חכמי לובלין, און האט פארשפרייט דעם לימוד דף היומי אין דער אידישער וועלט. מאנכע זאגן, אז דער דף היומי געדאנק האט ער געהערט פון זיין רבי'ן, דער שאצער רב, אין זיינע יונגע יארן, און שפעטער האט ער דאס אויסגעארבעט פראקטיש און למעשה אדוירכגעפירט.
אין יאר תרפ"ז האט ער עמיגרירט קיין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט זיך באזעצט אין דעם סטעמפארד היל געגנט, דעמאלט בכלל נישט קיין צענטער פון חסידישע אידן. אין לאנדאן איז ער געווארן באקאנט אלס שאצער רב. זיין בית מדרש האט זיך געפונען אויפן 'קווין עליזאבעט' גאס און איז געווען פארבונדן מיט התאחדות קהלות החרדים פון לאנדאן.
ער האט אסאך געשריבן אין פארשידענע מקצועות התורה. די ספרים וואס מען האט שוין געדריקט און ארויסגעגעבן רעכנט אריין, צווישן אנדערע, 'אור גנוז' עה"ת ומועדים, 'דעת שלום' אויפן סדר פון פרק שירה, 'דעת שלום' אויפן רמב"ם און שלחן ערוך און אויף סוגיות הש"ס. אויך האט מען צוזאמגענומען און געדריקט פיל בריוון וואס ער האט געשריבן, מיטן נאמען 'אגרת שלום'.
ער איז נפטר געווארן כ"ב טבת ה'תשי"ח. ער ליגט אין לאנדאן אינעם בית החיים אין דער ענפילד געגנט פון דעם לאנדאנער עדת ישראל. מ'האט געשטעלט אן אהל איבער זיין קבר, וואו מענטשן פון איבער דער גארער וועלט קומען כסדר מתפלל זיין.
זיין צוואה
רעדאַקטירןער האט איבערגעלאזט א גאר אינטרעסאנטע צוואה. ער שרייבט דארט, צווישן אנדערע, אז פונקט אזויווי ביי זיין לעבן האט ער שטענדיג געזוכט צו אפהאלטן אידן פון זינד און זיי ברענגען צו תשובה, אזוי וויל ער אז אויך נאך זיין פטירה זאלן אידן דורך אים נתעורר ווערן צו תשובה. ער שרייבט אז דערפאר, טאמער איינער וועט זיך נויטיגן אין א ישועה, זאל ער קומען צו זיין קבר, בעסער אויב מעגליך פרייטאג פאר חצות, און ער זאל צינדן דארט דריי ליכט, איינס פאר די נשמה וואס וועט אים קומען רופן און די אנדערע צוויי לעילוי נשמתו. דערנאך זאל ער מקבל זיין זיך צו פארבעסערן אין א ספעציפישער ענין אין אידישקייט, צום ביישפיל, זיך צו פארבעסערן אין שמירת שבת, אדער צולייגן א קביעת עתים לתורה, וכדומה אן ערנסטן טויש צום גוטן אין זיין געווענליכן לעבנס-שטייגער, דערביי זאל ער זאגן די בקשה אין וואס ער נויטיגט זיך, און ער וועט גיין מתפלל זיין אין הימל ביי זיינע גרויסע זיידעס צו פועלן פאר יענעם א ישועה. ער שרייבט אבער אז מען דארף זיין זייער געווארנט טאקע איינצוהאלטן אלעס וואס מען נעמט זיך אונטער און אים נישט אויסנארן, ווייל גענוג אז דא אויף דער וועלט האט מען אים ארומגענארט, אבער אויפן עולם האמת וועט ער גאר בייז ווערן דערפון און עס וועט נישט טויגן, דערפאר זאל מען זיך נאר אונטערנעמען עפעס וואס מען וועט טאקע קענען איינהאלטן. ווייטער שרייבט ער, אז מען זאל דאס אלעס איבערזעצן אויף אידיש און ענגליש און אוועקשטעלן ביי זיין קבר.
די אויבנדערמאנטע טייל פון זיין צוואה געפונט זיך טאקע אויף א גרויסן פלאקאט אין אהל ביי זיין קבר, אין לשון הקודש, אין אידיש און אין ענגליש.
אויך שרייבט ער אין זיין צוואה אז מען זאל נישט שרייבן אויף זיין מציבה קיין שום ליגנטס, ווייל אין עולם האמת פארטראגט מען נישט קיין ליגנט, און דער טיטל צדיק זאל מען בשום אופן נישט שרייבן אויפן מציבה.
משפחה
רעדאַקטירןזיינע קינדער זענען געווען:
- רבי יצחק, איידעם פון רבי לייבוש מרדכי פון שינאווא
- רבי יעקב, איידעם פון הרב יוסף דב סיגל. נפטר ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "שארית יעקב".
- רבי זלמן אשכנזי, בעל מפעל החסד "משמחי לב".
- רבי משה יוסף דוב מאסקאוויטש שליט"א שאצ'ער רבי אין בארא פארק
- רבי אברהם יחיאל לעמבערגער, זון פון רבי משה נתן נטע לעמבערגער, מאקאווא'ער רב אין בני ברק.
- רבי יחיאל מיכל, איידעם פון רבי אלעזר הורוויץ פון מעליץ. נפטר ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "שארית יעקב".
- רבי משולם פייש ראטטענבערג, קאסני'ער רבי.
- רבי משה מאיר, שאץ מעליצ'ער רבי.
- רבי יוסף חיים, איידעם פון רבי שמואל יודא פאנעט פון דעעש, שאצ'ער רבי אין וויליאמסבורג.
- רבי יצחק יחיאל מיכל מאסקאוויטש, שאצער רב אין מאנסי
- רבי נפתלי אשר ישעי', איידעם פון רבי נחמן כהנא פון ספינקא בני ברק, מעליצ'ער רבי אין אשדוד.
- רבי יצחק אלעזר, שאצ'ער רבי אין מאנסי-בני ברק.
- רבי יעקב, איידעם פון רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ האלבערשטאם פון סטראפקוב , שאצ'ער רבי אין בני ברק.
- רבי אהרן ארון יודא, שאצ'ער רבי אין אנטווערפין.
- הרבנית חי', ווייב פון זיין שוואגער און שוועסטער-קינד, רבי יואל פון שאץ־מאנטרעאל
- רבי משה מאיר, שאצ'ער רבי פון מאנטרעאל. ו' כסלו ה'תרצ"ב - ב' אלול ה'תש"פ
- רבי יעקב יצחק, שאצ'ער רבי אין ירושלים.
- רבי שלמה אריה לייב מונד, טיטשינ'ער רב אין מאנטרעאל בית שמש
- הרבנית איידל דינה, ווייב פון רבי יעקב האלבערשטאם, א זון פון הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, טשאקאווער רבי.
- רבי יהושע מאלאוויצקי, מגזע קארלין לעכאוויטש וסלאנים
- רבי מאיר האלבערשטאם, טשאקאווער רבי אין בני ברק.
- רבי שלום אייזיקאוויטש מגזע דינוב, וויליאמסבורג.
- רבי נפתלי האלבערשטאם, טשאקאוואער רבי אין ירושלים, און יו"ר ועדת הכשרות אין עדה החרדית.
- רבי משה האלבערשטאם, חבר בד"ץ העדה החרדית אין ירושלים, (ח' ניסן ה'תרצ"ב – כ"ח ניסן ה'תשס"ו).
- רבי משה סג"ל דייטש, א זון פון רבי יהושע דייטש, שאץ-לאנדאן קטמון.
- רבי יהושע מרדכי אלעזר וואגשאהל, לאנצהוט'ער רב אין וויליאמסבורג.
- רבי חכם צבי האלבערשטאם פון בני ברק, מוהל מומחה. חכם צבי איז געבוירן י"ג סיון ה'תרצ"ז, און אומגעקומען צוזאמען מיט זיין עלצטן זון רבי שמואל, אין אן אויטא אומפאל, אויפן וועג קיין ירושלים פארנדיג צו באקן מצות, ה' ניסן ה'תשל"ב.
- הרבנית מלכה, ווייב פון רבי ישכר בער ראטנבערג פון וואוידיסלאוו
- רבי משה ראטענבערג, איידעם פון רבי נחמן כהנא פון ספינקא בני ברק, וואידיסלאווער רב אין בורו פארק.
- רבי יעקב יצחק אלחנן ראטענבערג, וואידיסלאווער רב אין בארא פארק.
- רבי אברהם מנחם מענדיל וואגשאהל, שינאווער רבי אין מאנסי.
- רבי משה סופר, פאפער רב אין ירושלים.
- רבי משה ראטענבערג, איידעם פון רבי נחמן כהנא פון ספינקא בני ברק, וואידיסלאווער רב אין בורו פארק.