הרב משה נתן נטע לעמבערגער (ה'תרס"טכ' חשוון תשמ"ג) איז געווען דער רב פון כפר־אתא (היינט קרית אתא) פון תשי"ג. פריער איז ער געווען א דיין אין מאקאווא, אונגארן פון תרצ"ו.

ער איז געווען א זון פון הרב מנחם מענדל לעמבערגער, אב"ד פאלגאר, אונגארן (א זון פון הרב יהודה לייב לעמבערגער, אב"ד ראזנאווע, היינט אין סלאוואקיי) און מרים יוטא יונגרייז.

ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי משה נתן יונגרייז (זון פון הרב אשר אנשיל יונגרייז, טשענגער רב).

זיינע קינדער זענען:

  • רבי שמעון, זיין ממלא מקום אין קרית אתא און מאקאווער רבי
  • רבי אפרים (נפ' תשנ"ז) אין בארא פארק
  • רבי אברהם יחיאל (נפטר תשנ"ה) אין בני ברק
  • רבי מנחם מענדל (תש"ז-תשע"א) אין ירושלים
  • רבי אשר אנשיל אין נתניה און אלעד
  • רביצין רחל פאנעט (נפ' ז' טבת תשע"ו)