דעעש (הויף)

(אַריבערגעפֿירט פון דעעש)

די חסידות דעעש, איז א שושלת פון אדמורי"ם וואס האבן געוואוינט אינעם שטאט דעעש, וואס איז אין זיבנבערגן רומעניע, די צדיקים לבית דעעש האבן פארשפרייט חסידות דארטן אין זיבנבערגן, די חסידות איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק ר' יחזקאל פאנעט זי"ע, וואס איז באוויסט אין די חסידישע וועלט אלס די "מראה יחזקאל" פון קארלסבורג א תלמיד מובהק פון הרה"ק ר' מנחם מענדל מרימנוב זי"ע, פון וועמען די דעעשער רביים שטאמען, היינט צוטאג'ס איז דא א צאל אדמורי"ם וואס פארופן זיך מיטן נאמען דעעש, אין די שטעט י"ם, ב"ב, ב"פ, וומס"ב, ק"י, לעיקוואד, אנטווערפן, אבער כהיום האט נישט קיינער קיין גרויסע חצר מיט חסידים.

די ציונים הקדושים פון די אדמור"י בית דעעש.
פון לינקס אויף רעכטס: הרה"ק בעל מעגלי צדק זי"ע, די ערשטע דעעש'ע רבי, הרה"ק ר' משה'לע, און הרה"ק בעל כנסת יחזקאל.

הרה"ק בעל "מראה יחזקאל מקארלסבורג" זי"ערעדאַקטירן

הרה"ק ר' יחזקאל פאנעט זי"ע כ' ניסן תר"ה), איז געבוירן אין שטאט ביליץ וואס איז דאן געוועהן אין מדינת שלזיה, צו זיין פאטער הרה"ג ר' יוסף פאנעט זצ"ל א גרויסע ת"ח, ס'איז מקובל אין די משפחה אז ער איז געוועהן א בן אחר בן צום אברבנאל, וואס יש אומרים אז די אברבנאל איז געוועהן א בן אחר בן צו דוד המלך, אין צו זיין מוטער מרת בריינדל אין די יאר תקמ"ג, אלס בחור האט ער געלערנט אין לייפניק, ביי הגאון בעל ברוך טעם, דערנאך איז ער געפארן לערנען קיין פראג, דארטן אין פראג האט ער געלערנט ביי הגאון רבי יהודה לייב פישל'ס, און ביי הגאון רבי שמואל לאנדא די זוהן פון הגאון האדיר בעל נודע ביהודה, און ביי הגאון רבי אלעזר פלעקל'ס, כשבא לפירקו אין יאר תקס"ב, איז ער א חתן געווארן צו הרבנית חי' רחל טאכטער פון הנגיד ר' משה העניק מראשי הקהל אין שטאט לינסק דארט אין לינסק האט ער געלערנט אינעם לינסקער קלויז, ביי הרה"ק ר' מענדל'ע לינסק'ער טאטע פון די ראפשיצער רב, ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון הרה"ק חוזה מלובלין זי"ע, און פון הרה"ק ר' ישראל המגיד מקאזניץ זי"ע, און פון הרה"ק ר' מנחם מענדל פון רימנוב, פון וועם ער האט זיך געהאלטן אלס א תלמיד מובהק, אין יאר תקס"ג האט מען איהם אויפגדענומען אלס רב אין שטאט אוסטריק גאליציע, און אין יאר תקע"ג האט מען איהם אויפגענומען אלס רב אין שטאט טערצאל אונגארן, און אין יאר תקפ"ג איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט קארלסבורג און אלס הויפט רב פון גאנץ טראנסלוואניע, ער האט אויפגעהויבן די גאנצע אידישקייט מצב דארט וואס האט געהאלטן זייער נידריג, ווי אויך האט ער אסאך עוסק געוועהן מיט עגינות און אויפגעטוהן א געוואלד אין דעם נושא, עגינות פון איבעראל איז מען געקומען צו פארן צו איהם אז ער זאל זיי העלפן, ער האט געשריבן א באקאנטע תשובה ווי ער ווארפט דארט אפ די טענות פון די מתנגדים אז די חסידים לערנען נישט, און ער שרייבט דארט די גדלות פון זיינע רבי'ס, און איבער חסידות, די הייליגע צאנזער רב זי"ע פלעגט דאס לערנען אויפן טאג פון די יארצייט פון ר"ר מענדלע מרימנוב זי"ע מיט טרערן און די אויגן, ער איז נסתלק געווארן ערב שביעי של פסח כ' ניסן תר"ה.

ער האט איבער געלאזט פיהר זוהן מיט פיהר טעכטער:

  • די עלטסטע זוהן הגה"צ ר' חיים בצלאל פאנעט זצ"ל - אבד"ק טאשנאד והגלילות און מחבר ספר "דרך יבחר" שו"ת און חידושים על הש"ס (כ"ג סיון תקס"ג - י"ט ניסן תרל"ד).
  • די צווייטע זוהן הגה"צ ר' יהודה לייביש פאנעט זצ"ל - מטערצאל, ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית עטיל, טאכטער פון הגה"ק ר' יהודה דוד רוטנברג, רב פון סענט - פעטער.
  • די דריטע זוהן הגה"צ ר' יצחק משה פאנעט זצ"ל מדעעש, ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית בלומה מלכה, טאכטער פון ר' משה פון טילטולניק.
  • די פערטע זוהן הגה"ק ר' מנחם מענדל פאנעט זצ"ל- אבד"ק ואדמו"ר מדעעש.
  • הרבנית חנטשא וואס האט חתונה געהאט מיט הגאון ר' יוסף אריה לייב כהנא זצ"ל מסיגוט, אן אייניקל פון הגה"ק בעל קונטרס הספקות זי"ע, א ברידער מיטן קצות החושן.
  • הרבנית שרה, וואס האט חתונה געהאט מיט הגאון ר' יהודה כהנא זצ"ל מסיגוט, אויך א אייניקל פון הגה"ק בעל קונטרס הספקות זי"ע.
  • הרבנית ביילא, וואס האט חתונה געהאט מיט הגאון ר' אברהם ישראל רויטמאן זצ"ל פון טאלטשאווא.
  • הרבנית חוה, וואס האט חתונה געהאט מיט הגאון ר' יצחק אייזיק כהנא זצ"ל פון מונקאטש, אויך א אייניקל פון הגה"ק בעל קונטרס הספקות זי"ע.

ער האט מחבר געוועהן די פאלגענדע ספרים:

  • 'שו"ת מראה יחזקאל' - שו"ת און חידושים אויף סוגיות הש"ס.
  • "מראה יחזקאל" אויף הגדה של פסח.
  • "מראה יחזקאל" - חידושים אויף מסכת חולין.
  • "מראה יחזקאל" - עה"ת.
  • "שערי ציון" - על המועדים.
  • "מראה יחזקאל השלם על המועדים" - איבער געארבעט פון כתבים דורך א אייניקל פון זיין זוהן ר' יצחק משה, הרה"צ ר' צבי אלימלך פאנעט אדמו"ר מקאסאן ב"ב שליט"א, אין יאר תש"ס (2000) וואס האט אויך צוגעלייגט הערות אויפן ספר "הגהות הצבי והצדק".
  • "מראה יחזקאל השלם על התורה והמועדים ופרקי אבות" - איבער געארבעט דורך מכון "תפארת יחזקאל" מאנסי אין יאר תשס"ד (2004) פון כתבי ידות וואס איז נאכנישט געהאט געדרוקט געווארן און לקוטי הוספות פון אלע זיינע און זיינע קינדער'ס ספרים.
  • "שערי ציון" - מאמרי מוסר על התורה.
  • "מראה יחזקאל" - חדושי אגדה בענייני נישואין ו'אגרת קודש' בענייני חסידות" בתוך "קובץ עטרת אבות" שערך הרב משה אלכסנדר זושא קינסטליכר.

בנוסף נותרו בכתב יד חידושי הלכה ואגדה על הש"ס, חיבור גדול על ארבעה חלקי השו"ע ועוד.

כן ערך את "מנחם ציון" - דרשות ר' מנחם מנדל מרימנוב, רבו הגדול בחסידות.

רבי מנחם מענדל פאנעט - מעגלי צדקרעדאַקטירן

 
ציון פונעם "אבני צדק" פון דעעש

הרה"ק ר' מנחם מענדל פאנעט (ה'תקע"ח - י"ג תשרי ה'תרמ"ה), דער יונגסטער זון פונעם "מראה יחזקאל". ער האט מחבר געווען די ספרים "מעגלי צדק", "שערי צדק" און "אבני צדק" און "שערי צדק". און ער האט אריבער געברענגט די דינאסטיע קיין דעעש, ער איז געווען א תלמיד אין נגלה פונעם חתם סופר און אין חסידות פונעם ישמח משה. עס ווארט דערציילט אז די חתם סופר פלעגט יעדן טאג גיין שפאצירן מיט א תלמיד זיך אויסצוליפטערן און די צוויי יאר וואס ר' מענדל'ע דעעש'ער האט געלערנט ביים חת"ס איז ער נאר געגאנגען שפאצירן מיט ר' מענדל'ע.

רבי משה פאנעט - תפארת משהרעדאַקטירן

דער דריטער רבי איז געווען הרה"ק ר' משה פאנעט זי"ע (תר"ג - כ"ד כסלו ה'תרס"ג). הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא האטגעזאגט אויף איהם אז ער איז די צדיק הדור.

רבי יחזקאל פאנעט - כנסת יחזקאלרעדאַקטירן

דער פערטער רבי איז געווען הרה"ק ר' יחזקאל פאנעט זי"ע (ב' טבת ה'תר"ל - כ"ב כסלו ה'תר"ץ), דער בעל כנסת יחזקאל, וואס איז געווען א זון פון רבי משה.

הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא האט געזאגט אויף איהם אז אזא שיינע צורה ווי איהם וועט נישט זיין ביז משיח וועט קומען.

רבי יעקב אלימלך פאנעטרעדאַקטירן

דער לעצטער דעעש'ע רבי פאר דער חורבן אייראפע איז געווען הרה"ק ר' יעקב אלימלך זי"ע, בעל "זכרון יעקב", וואס האט בשום אופן נישט געוואלט איבערלאזן זיין קהילה אין איז אומגעקומען אויף קידוש השם און אוישוויץ י"ד סיון תש"ד. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יעקב שמשון קאנער פון טשעחויב איידעם פון הרה"ק ר' משה'לי שינאווער.


די דעעשער דינאסטיערעדאַקטירן

  • רבי יחזקאל פאנעט (תקמ"ג - כ' ניסן תר"ה), רב אין קארלסבורג און גאנץ זימבערגן, מחבר ספר ״מראה יחזקאל״
    • רבי חיים בצלאל פאנעט (כ"ג סיון תקס"ג - י"ט ניסן תרל"ד), אב"ד טושנאד
    • רבי מנחם מענדל פאנעט (תקע"ח - י"ג תשרי תרמ"ה) פון דעעש, מחבר ספר ״מעגלי צדק״
      • רבי משה פאנעט (תר"ג - כ"ד כסלו תרס"ג) פון דעעש
        • רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט (תרכ"ג - י"ד שבט ת"ש) נשיא כולל זיבנבערגן
          • רבי אלימלך פאנעט (תרנ"ה - י"ח סיון תש"ד) פון דעעש
          • רבי יחזקאל מנחם פאנעט (תרנ"ז - תש"ד) פון דעעש
        • רבי יחזקאל פאנעט (תר"ל - כ"ב כסלו תר"ץ) פון דעעש מחבר ספר ״כנסת יחזקאל״
          • רבי יעקב אלימלך פאנעט (י' כסלו תרמ"ט - י"ח סיון תש"ד) פון דעעש, מחבר ספר ״זכרון יעקב״
          • רבי משה פאנעט (נפ' ז' אב תש"ל) פוןדעעש-שאץ
            • רבי נחום מאיר פאנעט (נפ' געווארן י' בשבט ה'תשע"ח) פון דעעש-שאץ אין בארא פארק
            • רבי משה פאנעט פון דעעש לעיקוואד
            • רבי חיים מנחם מענדל פון דעעש בארא פארק [57]
          • רבי יוסף פאנעט (כ"א אב תרנ"ה -י' אב תשכ"ב) פון דעעש
            • רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש וויליאמסבורג
              • רבי יצחק יחיאל פאנעט פון דעעש בני ברק
              • רבי משה וואלף פאנעט פון דעעש וויליאמסבורג
              • רבי יששכר בעריש פאנעט פון דעעש קרית יואל
            • רבי שמואל יהודה פאנעט פון דעעש מיאמי - בארא פארק, איידעם פון רבי יחזקאל מנחם
            • רבי יוסף מנחם פאנעט פון דעעש בארא פארק [52], איידעם פון רבי יצחק יחיאל פון בני ברק
            • רבי אלימלך אלטר פאנעט פון דעעש בארא פארק
            • רבי יחיאל אשר זעליג פאנעט פון קארלסבורג מאנטריאל
            • רבי יעקב מנחם פאנעט פון דעעש בארא פארק [41]
            • רבי שמואל חיים יחזקאל פאנעט פון דעעש אנטווערפן
            • רבי דוב בעריש פאנעט פון רמות
            • רבי יוסף פאנעט פון דעעש רמות
          • די ווייב פון הרב יהושע גרינוואלד, אב"ד חוסט
        • רבי חיים מנחם מענדיל פאנעט (תרנ"ד - י"ח סיון תש"ד) פון דעעש
        • די ווייב פון רבי יהודה פרידלענדער אב"ד בארגא-פרונד
    • רבי לייביש פון טערצאל
    • די ווייב פון רבי יצחק אייזיק כהנא פון מונקאטש, אייניקל פונעם "קונטרס הספקות"
      • רבי אריה לייביש כהנא פון אפאהידע
        • חיים בצלאל כהנא פון אפאהידע
    • די ווייב פון רבי יוסף לייב כהנא פון סיגעט, אייניקל פונעם "קונטרס הספקות"
      • די ווייב פון רבי לייביש היילפרין
        • רבי יחזקאל היילפרין (אומגעקומען תש"ד) פון סיגעט
        • רבי ישראל יעקב היילפרין (נפ' תרצ"ז) פון מונקאטש
          • רבי יוסף מאיר היילפרין (אומגעקומען תש"ד) פון מונקאטש
    • די ווייב פון רבי יהודה כהנא-העלער פון סיגעט, , אייניקל פונעם "קונטרס הספקות"
    • די ווייב פון רבי אברהם ישראל ראטמאן פון טאלטשאווע