חכם צבי האלבערשטאם
'רבי חכם צבי האלבערשטאם מטשאקאווע (י"ג סיון ה'תרצ"ז - ה' ניסן ה'תשל"ב), פון בני ברק.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי חכם צבי איז געבוירן י"ג סיון ה'תרצ"ז, צו זיין פאטער הרב יעקב האלבערשטאם, רב אין טשאקאווע, א זון פון הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת איידל דינה, א טאכטער פון הרב שלום מאסקאוויטש, שאצער רבי אין לאנדאן.
געשיכטע
רעדאַקטירןאין עלטער פון צוועלף יאר איז רבי חכם צבי געווארן א יתום פון זיין מוטער, פאר זיין בר מצוה האט דער טשעבינער רב אין פארהערט מסכת שבת אויסנווענדיג.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי חכם צבי איז אומגעקומען צוזאמען מיט זיין עלצטן זון רבי שמואל, אין אן אויטא אומפאל, אויפן וועג קיין ירושלים פארנדיג צו באקן מצות, ה' ניסן ה'תשל"ב, און ליגט אין הר הזיתים,ירושלים, אין דער גאליציאנער חלקה.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי חכם צבי האט חתונה געהאט מיט מרת בלומא, א טאכטער פון הרב נפתלי הירצקא קנאפף, שו"ב אין צפת. זייערע קינדער:
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר