יעקב קאפל חסיד

(אַריבערגעפֿירט פון קאפיל חסיד)

רבי יעקב קאָפל חסיד זצ"ל ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז).

רבי קאָפל איז געבוירן צו זיין פאטער הרב נחמיה פייוול, א זון פון הרב יעקב קאמיאל פון קאלאמייע.

מענשען פלעגן אים רופן דער שיויתי'ניק וויבאלד ער האט כסדר געזאגט צו זיך דעם פסוק שיויתי ה' לנגדי תמיד.

רבי קאָפל האט געוואוינט אין זיינע יונגע יארן אין קאלאמייע, און זיך ערנערט פון א קליין געוועלבעל און אויסבאהאלטן פון מענטשן זיין גרויסקייט און זיין צדקות. איינמאל איז דער הייליגער בעש"ט געווען שבת אין קאלאמייע, פרייטיג צו נאכט'ס האט דער בעש"ט געפילט אז ס'שיינט א גרויס ליכטיקייט אין שטאט, ער איז נאך געגאנגען דעם ליכטיקייט ביז ער איז אנגעקומן צו א קליין הייזקעלע, ווי ער האט געפילט אז דער שיין קומט פון דעם הייזקע איז ער אריין אינעווענדיג, האט ער געזען ווי רבי קאָפל טאנצט און זינגט לכבוד שבת מיט א געוואלדיגן ברען אָן אויפהער, און דער טיש שטייט געגרייט מיט אלעם גיטן, ווען רבי קאָפל האט געענדיגט האבן זיי זיך געגעבן שלום, האט דער בעש"ט אים געפרעגט פארוואס ער טאנצט פאר דעם עסען, האט רבי קאָפל אים געזאגט אין די זמירות זאגט מען ואם שלש אלה לפניו צגים, ערשטנס אויסגעשטעלט מען זאל קענען הנאה האבן פון דעם רוחנית פון די עסענווארג, און נאכהער עסען. דאמאלס איז רבי קאָפל געווארן נאנט צום בעשה"ק און געווארן פון זיינע תלמידים. רבי קאָפל האט געהאט א זיסע שטימע און איז געווען עפטער'ס דער בעל תפילה ביים הייליגן בעל שם טוב.

רבי קאָפל איז נפטר געווארן אין טיסמעניץ ט"ו אלול ה'תקמ"ז.

זיין רביצין מרת חיה איז נפטר געווארן י"ג אייר ה'תקל"ה

רבי קאָפל האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב הגביר זלמן פון קאסאוו. זייערע קינדער:

תלמידים פון בעש"ט

אברהם פאדלוסקער · אברהם פון מעזשביזש · אברהם אבא פון דוביסאר · אברהם אבא פון לובלין · אברהם אבא פון קריבוש · אברהם גרשון פון קיטוב · אברהם שמשון פון ראשקאוו · אהרן פון מעזשביזש · אהרן משרת · אהרן הגדול פון קארלין · אהרן פון קיטוב · אליהו פון סאקאלובקי · אליעזר פון טאמאשפאלי · אלכסנדר סופר · אריה לייב פון שפאלע · בנימין פון זאלאשיץ · ברוך פון מעזשביזש · ברוך פון קאמינקא · גרשון פון פאווליץ · דוב בער פון זאסלאוו · דוב בער פון מעזריטש · דוד פון חאלאדאווקע · דוד פון ליניץ · דוד פון מיקאלייאוו · דוד פון קאלאמייע · דוד פון שאריגראד · דוד היילפרין פון אוסטראה · דוד לייקעס  · דוד מגיד פון טולטשין · דוד פירקוס · זאב פון אליק · זאב וואלף קיצעס · זעליג פון לאטושוב · חיים פון קראסנא · חיים מגיד פון ליניץ · יהודה ליב פון פולנאה · יואל פון פראטהור · יואל פון נעמיראוו · יודל פון טשודנוב · יונה פון אוסטראה · יונה פון פולוצק · יונה פון קאמינקא · יוסף פון דראהאביטש · יוסף פון זורניץ · יוסף פון קאמינקא · יוסף אשכנזי · יוסף יואל פון סטעפאן · יוסף יוזפא פון אוסטראה · יוסף משה פון מעזשביזש · יוסף מלמד פון חמעלניק · יוסף ספראוועדליווער פון פיסטין · יחיאל מיכל פון האראדנע · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב פון האניפאלי · יעקב פון מעזשביזש · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב יוסף פון פולנאה · יעקב קאפל חסיד · יצחק פון דראהאביטש · יצחק פון מעזריטש · יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץ · ישכר בער פון ליובאוויטש · ישכר פון קישינאוו · ישעיהו פון יאנאוו · ישראל חריף פון סאטינאוו · לייב שרה'ס · לייב קעסלער · ליפא פון חמעלניק · מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן · מאיר מרגליות פון אוסטראה · מנחם מענדל פון באר · מנחם מענדל פון דוביסאר · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם מענדל פון פרעמישלאן · מנחם מענדל פון קאלאמייע · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · מרדכי פון זאסלאוו · משה פון קיטוב · משה פון שאטנאווע · משה פון שדה חדש · משה קעדס · משה שהם פון דאלינא · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · נחמן פון האראדענקע · נחמן פון קאסאוו · נטע פון אוורוטש · ניסן כ"ץ פון דווארט · פאלק פון טיטשלניק · פנחס שפירא פון קאריץ · צבי חסיד פון זלאטשאוו · צבי סופר · צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב · צבי הערש פון אוסטראה · צבי הערש פון קאמינקא · שמואל פון קאמינקא · שבתי פון ראשקאוו ·

רעפערענצן

רעדאַקטירן

לוי גראסמאן, שם ושארית, (תל אביב, תש"ג)

  • אבן שתיה