פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 12
- עדה החרדית טוישט ענדליך נאך חדשים פון מאנסי פלייש סקאנדאל אירע השגחה אויף כשרות סטאנדארט: פון היינט מאל אן דארף יעדע פלייש געשעפט אדער רעסטוראנט האבן אויפן פלאץ א משגיח תמידי. (בח"ח)
- סטארעט סיטי סעיל פאר דעם חרדישען ריעל עסטיעט מאגנאט, ר' דוד ביסטריצער רופט ארויס אויספארשונג פון 2 קאנגרעסלייט וואס פארטרעטן פערצופעל אויך חרדישע אידן. ענטאני ווינער פון פלעטבוש און עד טאונס פון וויליאמסבורג ווילן דורכפירן פארהערן וואסערע איינפלוס דער סעיל וועט האבן אויף די ארימע איינוואונער לגבי העכערן זייער רענט וואס זיי קענען נישט דערהייבן. (ניו יארק פאוסט)
- בארא פארק: באזוך פון ר' שמעון לעמבערגער, גאב"ד מאקעווע פון כפר אתא, רעכט אפ שבת און פילער וואך פראווענונג אין ניו יארק. (חדשות אנש)
- בני ברק: פרוי מיט שייטל אין חרדישער לבוש ווערט אראפגעכאפט אויף ווידיאו אין רויב פון שווערע טויזענטער וועד אין צירונג. (בח"ח)
- איבער 200,000 יורדים ישראלים פון לאס אנזשעלעס ווערן אהיים גערופן קיין ארץ ישראל דורך שר הקליטה פון מדינת ישראל. (וויינעט)
- שוידערליכע נייע אנקעטע ווייזט אז דער אידישער פאלק אין ארץ ישראל ווערט פארגויאיש, איינס פון 10 משפחות האבן חתונה מיט גוים. בלויז 58 פראצענט משפחות האבן ביידע עלטערן אידן, אבער רוב פון די משפחות האלטן זיך אידיש. (וויינעט)
- ירושלים: חרדישער מעיאר, ר' אורי לופליאנסקי געבט זיך אונטער די דרוק פון אראבישע ראיאטען שטעלט צייטווייליג אפ בוי ארבייט נעבן הר הבית. (עי.פי.)
- קאנטרי: היסטארישער ריזן האטעל אין סאוט פאולסבערג וועט צוריק געפענט ווערן דאס יאר, אבער נישט פאר די פרייע אידן וואס וועלן קומן הערן זשעקי מעיסאן, נאר פאר חרדישע חסידישע אידן וואס וועלן וועלן מיטהאלטן א שבת ביים באבובער רבין'ס טיש אין א חסידישער סביבה. (רעקארד)
- וויליאמסבורג: נייער אטוירני זשענעראל, ענדרו קאומאו וועט קלאגן אין געריכט דעם ריזן גאזאלין קאמפאני עקסאן אויפצרייניגען זייער אויל אויסגיסאכץ אין שכינותדיגן גרין פאונט געגענט פון יארן צוריק וואס פארפעסטעט די סביבה און שאדט פארן געזונט. (ניו יארק טיימס)
- ארץ ישראל: פאציענט ווערט ווילד און אטאקירט דאקטער, אלע דאקטוירים סטרייקן. (ען.אר.זשי.)
- ראביי וואס האט אויסגעטראפן א פאטאגראפיע טעכניק פון לענס פאר קאמערע ווערט אנדעקט אלס ריזן הצלה אקטיוויסט פאר אידן זיך צו ראטעווען פון די נאציס און אויך זייערע גויאישע ווייבער צוליב זייער נאנטקייט צו אידן. (גארדיען)
- שאק: אנטיסעמיטישער גראפיטי געטראפן אין שטילען רייכען אידישען געגענט אין לאנדאן גאלדערס גרין ביי באס סטאפ. (לאקאל צייטונג)
- אינטערנעט: מיטן נייעם מאדערן וועלט פון טעכניק ווערט דער אלגעמיינער אינטערנעט באנוצער א נייעס רעפארטער. (עי.פי.)