מרדכי יפה
(אַריבערגעפֿירט פון לבוש)
הרב מרדכי יפה (ה'ר"ץ - ג' אדר ב' ה'שע"ב), בעל הלבושים אויפן טור, איז באקאנט אלס דער לבוש.
געבורט |
1530 ה'ר"ץ פראג |
---|---|
טויט |
מערץ 1612 (אלט 82 בערך) ג' אדר ב' ה'שע"ב פויזן, פוילן |
מדינה | פוילן |
זיינע רביס | רמ"א, מהרש"ל, מתתיה בן שלמה דעלאקרוט |
הרב מרדכי יפה איז געבוירן געווארן אין פראג צו זיין פאטער הרב אברהם יפה, רב פון בעהמען.
רבי מרדכי האט געלערנט תורה ביי הרב שלמה לוריא (דער מהרש"ל) און ביי רבי משה איסרליש (דער רמ"א) אין לובלין און קראָקע. נאך זיי חתונה איז ער צוריק אין פראג וואו ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה, אבער אין יאר 1561 האט מען פארטריבן די יידן פון פראג און גאנץ בעהמען, און ער איז אריבער אין איטאליע.
רבי מרדכי האט געוואוינט אין איטאליע העכער פון צען יאָר, אין מאנטוא און אין ווענעציע, און האט אויסגעלערנט מאטעמאטיק, אסטראנאמיע און פילאסאפיע.