פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 אַפּריל 15
- ערשטער מאל דורכברוך אין חב"ד קעגן די משיחסטען: פסק פון רב אראפצונעמן יחי המלך שילד אויסגעפאלגט, צוליב די טענה אז יענער רב האט בעלות איינטיילן וואס צו טאן אויף די געביידעס אין געגענט. (שטורם)
- ערשטע יארצייט פון ברך משה, כ"ו ניסן, אפגעראכטן צווישן סאטמארע חסידים, שבת פרשת שמיני.
- סאטמארע רבי ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, רעכט אפ מוצאי שבת יארצייט סעודה מיט זיינע חסידים אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, גייט ארויף צום ציון זונטאג אינדערפרי נאך תפילת שחרית. (כל העולם כולו)
- סאטמארע רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, רעכט אפ מוצאי שבת יארצייט סעודה מיט זיינע חסידים אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, פארט ארויס צום ציון תיכף נאכן סעודה 3 אזייגער פארטאגס. (כל העולם כולו, כל העולם כולו, רעקארד אנליין)
- צווייטער באנד ספר ומשה היה רועה ערשיינט לכבוד די יארצייט. (כל העולם כולו)
- חרדישער זשורנאליסט וואס ארבייט פאר פרנסה פאר פרייע אידישע מידיע קלאגט אן דעם חרדישען מאגאזין בקהלה פאר פופציג טויזענט שקל צוליב דעם וואס זייערס אן עדיטאריעל פון א קאלומניסט האט באשולדיגט דעם זשורנאליסט אלס אויס-חרדי צוליב דעם וואס ער געבט ארויס די שמוציגע וועש פאר אינדערויסן. (בח"ח)
- רב פון אלעד, ר' שלמה זלמן גראסמאן, שרייבט אפ מוחאה בריוו קעגן ליטווישער מעיאר, פון זיין קראנקען בעט אין שפיטאל, וואס דעקט אויף אסאך אינערליכע פאליטישע רייבערייען און ענדיגט מיט סטראשע אז ער וועט אים נישט מוחל זיין אין עולם הבא אויב ער מאכט נישט זיין שוואגער אלס חבר אין מועצה פון שטאטראט. (בח"ח)
- ר' יעקב וויינראט קריטיקירט שטארק דעם העכסטען געריכט אין ארץ ישראל זאגענדיג אז א קרימינאל האט נישט קיין שאנסן דארטן צו באפרייט ווערן. (די מארקער)
- טייל דעמאקראטן באזארגט אז מיטן ענדע פון די דאן איימוס טאלק ראדיאו שוי האבן זיי פארלוירן א וואלן בלאק באזע פון ווייסע מענער וואס זענען נישט פאליטיש געשטימט, און האלטן נישט מיט די פאליטישע שויס. (על.עי. טיימס)
- כינע הייבט אן קאמפיין אויסצורייניגען אינטערנעט פון פארנאגראפיע. (קסינהואנעט)
- טשאוועז פון וואנזועלע ווארענט אז טרופן וועלן באוואכן קאנפעסקירונג פון אלע נאפט קוועלער דורך די רעגירונג. (יאהו)
- ביין סטעם סעל קען מעגליך ווערן געמאכט אלס ספערם פאר פרויען צו געבוירן קינדער אן קיין מאן. (רויטערס)
- אין ליכט פון דאן איימוס פייערונג רופט טאם דילעי פטור צו ווערן פון ראוזי אדאונלד. (עי.או.על.)