שבת
שבת (ארויסגערעדט שאַבעס) איז דער זיבעטער טאָג פון דער וואָך און איז א רוהטאג וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט און געהייליגט, און דאס געגעבן אלס געשאנק פאר זיינע אידישע קינדער, וועלכער איז א צייכן צווישן דעם אויבערשטן און די אידישע קינדער אז ער האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם זיבעטן טאג.
ס'איז מערקווירדיג אז דאס ווארט שבת האט נישט קיין איבערזעצונג אין אנדערע שפראכען, וואס צייגט אויף זיין אייניגקייט מיט דאס אידישע פאלק.
נאמען
רעדאַקטירןלויטן סדר פון די זיבן כוכבי־לכת חל"ם כצנ"ש, הייבט אן דער טאג פון שבת מיט ש=שבתאי, סאטורן;[1] דעריבער הייסט דער פלאנעט שבתאי. אין אנדערע שפראכן נעמט דער טאג זיין נאמען פון דעם פלאנעט, למשל ענגליש: Saturday.
מצוות פון שבת
רעדאַקטירןדי מצוה פון שבת ערקלערט דער רמב"ם אין יד החזקה, ענטהאלט פינף מצות, צוויי מצות עשה און דריי מצות לא תעשה.
- רוהען אום שבת
- נישט טוהן קיין מלאכה (ארבעט) אום שבת
- נישט שטראפן אום שבת
- נישט ארויס גיין אויסער דעם גרעניץ אום שבת
- הייליגן דעם שבת דורך דערמאנונג
היטן שבת איז פון די שטרענגסטע מצוות אין דער תורה. ווען א ייד איז מחלל שבת (איז עובר איינע פון די 39 מלאכות פון שבת) במזיד און עדים האבן אים געווארנט קומט אים דער טויט שטראף פון סקילה, וואס איז דער הארבסטער שטראף פון די פיר מיתות בית דין, אדער קומט אים כרת טאמער ס׳איז נישט געווען קיין עדים.
ל״ט מלאכות
רעדאַקטירןשבת טאר מען נישט טון קיין מלאכה, דאס הייסט נישט קיין איינער פון די 39 אבות מלאכות אדער זייערע תולדות, און אויך נישט די איסורים מדרבנן וואס הייסן שבות.
זכור את יום השבת לקדשו
רעדאַקטירןזכור את יום השבת לקדשו, לויט דער ציילונג און אויסשטעל פון ספר החינוך איז דאס דער איין און דרייסיגסטער מצוה פון די תרי"ג מצות. דער אפטייטש פון די מצוה ערקלערט דער ספר החינוך, "מיר זאלען רעדען רייד ביים אריינקום פון שבת און ביי זיין ארויסגיין, רייד וואס האבן אן אינהאלט פון געדענקעניש און א דערמאנונג פון דעם גרויסקייט, דערהויבנקייט און באזונדערהייט פון דעם טאג שבת, און אונזערע חכמים זכרונם לברכה (חז"ל) ערקלערען אז מיר זענען באפוילן צו זאגען די רייד איבער וויין". דעם אינהאלט פון די מצוה ערקלערט ווייטער דער ספר החינוך "פון די ווארצלין פון די מצוה, ס'זאל זיך דעוועקען דורך טוהן די מצוה, א געדענקעניש פון דעם גרויסקייט פון דעם טאג, און ס'זאל באפעסטיגן אין אונזערע הערצער דער באנייאונג פון די וועלט וואס השם האט באשאפן אין די זעקס טאג".
דער טאָג "שבת" איז אַ רוה־ און הייליגער טאָג פאר די יידן.
עס איז פארבאטן צו ארבעטן אום שבת אין איינע פון די ל"ט אבות מלאכות - וואָס מען האָט געאַרבעט ביים בויען דעם משכן - מיט אירע תולדות.
עונג שבת
רעדאַקטירןשבת איז א מצוה צו עסן דריי סעודות, מיט באזונדערע מאכלים, 'שלא תהא אכילתך בשבת כבחול' (תנחומא בראשית ב). די סעודות פון שבת זענען: איינס פרייטיג צונאכט, די צווייטע שבת אינדערפרי, און שלש סעודות, וואס מען דארף עסן ביים זמן פון מנחה ביז נאנט צום זמן פון אויס שבת.[2]. די מצוה איז סיי ביי מענער סיי ביי פרויען. דער משנה ברורה זאגט אז מען זאל עסן פיש ביי יעדער סעודה פון שבת.
שטאמונג און סיבות
רעדאַקטירןדי תורה געבט אָן דריי אויסריידן פארוואס זאל מען היטן שבת:
- א רעליגיע סיבה ביי די ערשטע עשרת הדברות:
”כִּי שֵׁשֶׁת-יָמִים עָשָׂה יְהוָה אֶת-הַשָּׁמַיִם וְאֶת-הָאָרֶץ, אֶת-הַיָּם וְאֶת-כָּל-אֲשֶׁר-בָּם, וַיָּנַח, בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי; עַל-כֵּן, בֵּרַךְ יְהוָה אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת--וַיְקַדְּשֵׁהוּ” (שמות כ')# א סאציעלאגישע סיבה ביי די צווייטע עשרת הדברות:
”וְיוֹם, הַשְּׁבִיעִי--שַׁבָּת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ: לֹא תַעֲשֶׂה כָל-מְלָאכָה אַתָּה וּבִנְךָ-וּבִתֶּךָ וְעַבְדְּךָ-וַאֲמָתֶךָ וְשׁוֹרְךָ וַחֲמֹרְךָ וְכָל-בְּהֶמְתֶּךָ, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ--לְמַעַן יָנוּחַ עַבְדְּךָ וַאֲמָתְךָ, כָּמוֹךָ” (דברים ה')# א היסטארישע סיבה ביי די צווייטע עשרת הדברות:
”וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֹּצִאֲךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ מִשָּׁם, בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה; עַל-כֵּן, צִוְּךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַעֲשׂוֹת, אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת” (דברים ה')
אויפן פשוטער מיינונג איז דאס פשט אז יעדער זיבעטער טאג סוף פון וואך מוזן מיר רוען, און נישט גיין ארבייטן א גאנצן טאג מקדיש זיין פאר דעם געפיל פון אנערקענען און פייערן די גאנצע נאטור באשאפונג דורך זיך צוזאצזעצן ביי 3 סעודות מיט די פאמיליע און זינגן און לויבן אויף אונזער לעבן.
לויף פון שבת
רעדאַקטירןעס איז דער מנהג ישראל אז שבת האט א רעגולער סדר פון אנהייב ביזן סוף. דאָ זענען עטלעכע פון די עיקרים:
פרייטאג צונאכטס סעודה
רעדאַקטירןנישט אין שבת גערעדט
רעדאַקטירןא אויסדרוק וואס מען ניצט זייער אפט אין שבת קודש, רעדענדיג פון ביזנעס און געשעפטן וואס מען טאר נישט רעדן דערפון אין שבת קודש, צוליבן וואס חז"ל לערנען ארויס פון א פסוק אין ישעיה "ממצוא חפצך ודבר דבר", וואס חכמינו ז"ל דרש'ענען: שלא יהא דיבורך של חול כדיבורך של שבת, דעריבער לייגט מען צו אז מען זאגט עס נאר "נישט אין שבת גערעדט".
די פוסקים מוטשענען זיך שוין דערויף אויב דאס האט עפעס א מקור אין הלכה, אדער עס איז נאר א פאלקס ווערטל, אבער ווירקליך האט עס נישט קיין שום מיינונג [זע: אשל אברהם (בוטשאטש), או"ח הל' שבת סימן שז].
אויך איז "נישט אין שבת גערעדט" א פאפולערע אידישע ליד קאמפאזירט דורכ'ן חסידישן זינגער ליפא שמעלצער, ווי ער זינגט דאס אויפן קאסעטע קיין-עין-הרע.